דער פֿראַנצייזישער דאָקומענטאַריסט יאַן אַרטוס־בערטראַנד (Arthus-Bertrand) שאַפֿט אין די לעצטע יאָרן עפּישע דאָקומענטאַר־פֿילמען, באַהאַנדלענדיק די גאָר גרויסע טעמעס פֿון אונדזער פּלאַנעט. אין זײַן פֿילם „היים” (Home) פֿון 2009, האָט ער געוויזן, דורכן אויסערגעוויינטלעכן לופֿט־פֿילמירן, ווי געקניפּט און געבונדן זענען די אַלע פֿענאָמענען און פּראָבלעמען פֿון דער וועלט; ווי אַזוי מיר אַלע באַשפּײַזן זיך פֿון דער זעלבער ערד, פֿון די זעלבע קוואַלן און ימען.
אינעם פֿילם „פּלאַנעט־אָקעאַן‟ (Planet Ocean) פֿון 2012, האָט ער געפֿאָרשט די באַציִונגען צווישן דער מענטשהייט און די אָקעאַנען. און ווידער, אויך דער פֿילם באַווײַזט די וווּנדערלעכע און פֿאַנטאַסטישע פֿילמירונג מיט היפּנאָטישער שיינקייט.
איצטער איז אַרטוס־בערטראַנד אַרויסגעקומען מיט אַ נײַעם עפּישן פֿילם, וואָס טראָגט דעם אַמביציעזן טיטל: „מענטשיש‟ (HUMAN). דאָס מאָל באַהאַנדלט ער דעם מצבֿ פֿון דער מענטשהייט, נעמענדיק אַ פּערספּעקטיוו פֿונעם גרעסטן מעגלעכן אַרומנעם. דורך אַ געמיש פֿון אָן אַ שיעור אינטערוויוען מיט מענטשן פֿון אַלע וועלט־עקן, אין איינעם מיט אַ סעריע פּרעכטיקע לופֿט־פֿילמירונגען, האָט זיך אַרטוס־בערטראַנדן נאָך אַ מאָל אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן פֿילם, ממש “אַ סעודה פֿאַר אַלע חושים”. דעם לעצטן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אינעם גרויסן זאַל פֿון דער „יו־ען‟ אין ניו־יאָרק די וועלט־פּרעמיערע פֿונעם פֿילם, מיט אַ לאַנגער ליסטע פֿון בכּבֿודיקע געסט, גענעראַל־סעקרעטאַר באַן קי־מון בתוכם.
אַז מע אינטערוויויִרט „אַלעמען‟, נעמט די רשימה אינטערוויויִרטע אויך אַרײַן די ייִדן און ישׂראלים. מע קאָן זען, למשל, אַ ישׂראלי, וואָס דערציילט וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ סאָלדאַט אין לבֿנון אין 1982 אַרום דער שחיטה אין סאַבראַ און שאַטילאַ; און אַן אַנדער סאָלדאַט דערמאָנט זיך, ווי ער האָט געדינט אויף די שטחים. מע רעדט מיט ייִדישע און פּאַלעסטינער טאַטעס, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן זייערע איין־און־איינציקע זין.
מע הערט אויך אַ פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס דערציילט ווי אַן „עס.עס.‟־אָפֿיציר האָט זי, דעמאָלט אַ צוויי־יאָריק קינד, געראַטעוועט און אַדאָפּטירט ווי אַן אייגענע. זי פֿרעגט זיך צום סוף, ווי קען מען אין זיך געפֿינען די גרייטקייט און די כּוחות זיך מקריבֿ צו זײַן און ריזיקירן צו ראַטעווען דאָס לעבן פֿון אַנדער מענטש? אַ פֿראַנצייזישע פֿרוי רעדט אויך וועגן איר איבערלעבונג אין בערגען־בעלזען.
אויף דער פּרמיערע איז בײַגעווען סטעפֿאַן אַזוז (Azouze), וואָס האָט געאַרבעט איבערן פֿילם און איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעכט פֿאַר די סצענעס, פֿילמירט פֿון דער לופֿטן. ס’איז שוין דער דריטער אַרטוס־בערטראַנד פֿילם, אין וועלכן אַזוז, אַ פֿראַנצויז פֿון אַ ייִדיש־טוניסישן אָפּשטאַם, פֿאַרנעמט אָט די חשובֿע שטעלע, אַרומפֿליִענדיק אין אַ העליקאָפּטער איבער דער וועלט. איך האָב מיט אים גערעדט וועגן זײַנע אַוואַנטורעס און איבערלעבונגען, בשעתן אַרבעטן איבער די פֿילמען.
אין אָנהייב 2007, למשל, האָבן מיר זיך געטראָפֿן, ווען ער איז געווען אין ישׂראל, אַרבעטנדיק איבערן פֿילם „היים‟. דעמאָלט האָט ער פֿילמירט דאָס בויען די סעפּאַראַציע־וואַנט אין ירושלים. ער האָט מיר געזאָגט ווי מאָדנע און אומפֿאַרשטענדלעך זעט די דאָזיקע וואַנט אויס אין זײַנע אויגן (פֿון דער לופֿטן), און אין די אויגן פֿון די פֿראַנצויזן בכלל.
ער האָט מיר אויך שפּעטער דערציילט, ווי ס’איז אים געווען שווער נאָך דעם צו רעדן וועגן דעם מיט זײַן ייִדישן טאַטן, וואָס איז מנדבֿ פֿאַר דער ישׂראל־אַרמיי אאַ”וו. אין אונדזער הײַנטיקן שמועס דערמאָנט ער ווידער דאָס פֿילמירן די שטאָט ירושלים, און ווי די איבערלעבונג האָט אויף אים געמאַכט דעם גרעסטן רושם. ער האָט דעמאָלט פֿון דער לופֿטן ממש געקאָנט זען די השפּעה פֿון דער וואַנט אויף דער לאַנדשאַפֿט.
איך פֿרעג אַזוזן וועגן דעם פֿילמירן די אומפֿאַרגעסלעכע סצענעס איבער די וואָלקן־קראַצערס אין מאַנהעטן, וואָס לאָזט דיך איבער אָן אָטעם, אויב מע האָט זיי אַפֿילו נישט צום ערשטן מאָל געזען. ער דערקלערט מיר, אַז בײַ אַזאַ אַרבעט ניצן זיי אויס דעם „אַלעקסאַ”־אַפּאַראַט, וועלכער גיט דעם זעלביקן קוקווינקל, וואָס דאָס מענטשלעכע אויג זעט. אין דער פּאָסט־פּראָדוקציע, האָבן זיי אויסגעקליבן די וואַרעמע געלע און אָראַנזש־קאָלירן, וועלכע שאַפֿן צום סוף די וווּנדערלעכע אימאַזשן.
אַ ספּעציעלע איבערלעבונג בײַם פֿילמירן „מענטשיש”, איז פֿאַר אים געווען די נסיעה אין דער שטאָט טאַקלאָבאַן, אין די פֿיליפּינען, צען טעג נאָך אַ שרעקלעכן טײַפֿון־שטורעם מיט הונדערטער אומגעקומענע. אַ גרויסע כוואַליע האָט ממש פֿאַרדעקט די שטאָט. אין דער צײַט פֿון זייער באַזוך האָט דאָס וואַסער שוין געהאַט זיך צוריקגעצויגן, אָבער די שטאָט איז לגמרי חרובֿ געוואָרן. ער קען נישט פֿאַרגעסן, אַז נישט געקוקט אויף דער גרויסער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס די מענטשן האָבן געהאַט ערשט איבערגעלעבט, האָבן זיי פֿאָרט געשמייכלט, און די פֿילם־גרופּע זייער שיין אויפֿגענומען. ס’איז געווען אַ רירנדיקע מענטשלעכע איבערלעבונג, וואָס איז, צום באַדויערן, נישט אַרײַן אינעם פֿילם.
אַזוז איז די טעג פֿאַרנומען מיטן קומענדיקן פֿילם אין דער סעריע, „טעראַ”, וועגן חיות און דעם קלימאַט. גלײַך נאָך דער פּרעמיערע איז „מענטשיש” געוואָרן צוטריטלעך אויף „יו־טיוב” אין 3 טיילן:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.