אין די פֿוס־טריט פֿון אַ געוועזענעם חסיד

Footsteps of a Former Hasid


פֿון נח באַרעראַ

Published October 18, 2015, issue of November 13, 2015.

יעדעס יאָר פֿאַרלאָזן די חרדים זייערע קהילות צוליב פֿאַרשידענע סיבות, דער עיקר, ווײַל זיי קענען זיך נישט אַרײַנפּאַסן אין דעם אָנגעשטרענגטן לעבנס־שטייגער פֿון דער חרדישער וועלט. ס׳איז פֿונדעסטוועגן נישט גרינג צו פֿאַרלאָזן אַזאַ „פֿאַרמאַכטע“ פֿרומע געזעלשאַפֿט, וואָס איז זיי גוט באַקאַנט, און זיך אַרײַנציִען אָן צרות אין דער פֿרעמדער פֿרײַער וועלט. עס האָט אַ מאָל אַפֿילו גורם געווען זעלבסטמאָרד.

באַקאַנט ווי אַ „שטיץ־צענטער“ פֿאַר אַזעלכע מענטשן, איז די אָרגאַניזאַציע „פֿוטסטעפּס“, וואָס דינט די געוועזענע חרדים, כּדי זיי זאָלן זיך צוגעוווינען צו דעם וועלטלעכן לעבנס־שטייגער, אַזוי ווי, למשל, „הײַאַס‟ (HIAS: Hebrew Immigrant Aid Society), וואָס האָט געהאָלפֿן די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אַ מאָל, כּדי זיי זאָלן זיך אויסגרינען אין אַמעריקע.

לויט דער וועבזײַט פֿון „פֿוטסטעפּס“ איז עס „די איינציקע אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די מענטשן, וועלכע ווילן פֿאַרלאָזן די חרדישע קהילה“ (זע: //footstepsorg.org/). „פֿוטסטעפּס‟ באַמיט זיך צו פֿאַרווירקלעכן זייער מיסיע דורכן פֿאָרלייגן נייטיקע באַדינגונגען (ווי „סאָציאַלע און עמאָציאָנעלע שטיצע“). „אַ דאַנק ׳פֿוטסטעפּס׳, האָבן די געוועזענע חרדים אַ זיכערע און געראָטענע קהילה, אין וועלכער זיי קענען, בשעתן פּרוּוון צו דעפֿינירן זייער אייגענע אידענטיטעט, שאַפֿן נײַע באַציִונגען, און פֿירן אַ פּראָדוקטיוו לעבן, לויט זייער אייגענעם שׂכל.“ — טענהט די אָרגאַניזאַציע,

אין אַן אינטערוויו מיט דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט דוד־יוסף, וואָס דערקלערט זיך ווי אַן „אַקטיווער באַטייליקטער אין ׳פֿוטסטעפּס׳“, דערציילט וועגן זײַנע אייגענע שווערע איבערלעבונגען אין דער פֿרומער וועלט פֿון חב״ד־ליובאַוויטש. „אין מײַן ישיבֿה, וואָס איז באמת געווען זייער ליטוויש און שטרענג, איז דאָס לערנען פֿאָקוסירט געווען אויפֿן תּלמוד און מוסר, וווּ עס גייט די רייד, קודם־כּל, וועגן זינד און נקמה, גיהנום און פּײַניקונג. איך האָב אָבער זיך נישט געפֿילט אַזוי באַקוועם אין דעם.“   

ווען ער איז אויפֿגעוואַקסן, דערמאָנט זיך דוד, איז ער געווען זייער „אַנדערש“, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע בחורים פֿון זײַן קהילה: „דאָס הייסט, איך פֿלעגט זיך אויסטיילן מיט מײַן שטאַרקער פֿילפֿאַרביקער אינדיווידועלקײט. דאָס פּאַסט זיך אָבער נישט אַרײַן אינעם פֿרומען לעבן, ווײַל מע דאַרף ערנסט אויפֿנעמען אַלץ, בפֿרט אינעם לערנען גמרא; און איך בין פֿאַרקערט, געווען זייער זעלבשטענדיק און סקעפּטיש צו דעם“.

דוד־יוסף דערקלערט זײַן „אַנדערשקײט“ דערמיט, וואָס זײַן טאַטע איז אַ בעל־תּשובֿה. אַ דאַנק דעם טאַטנס פֿרײַער משפּחה האָט זיך אין אים דערוועקט זײַן אינטערעס צו וועלטלעכע ענינים, בפֿרט מוזיק, וואָס האָט, צום וויכטיקסטן, אים אַנטפּלעקט אַן אַנדער וועלט, אין וועלכער ער קען זיך אויסדריקן.

אין דער ליובאַוויטשער וועלט האָט ער נישט געקענט שאַפֿן גלײַכע געזונטע באַציִונגען מיט פֿרויען און מענער, צוליב דער שטרענגער מחיצה צווישן די מינים. דוד דערקלערט: „איך האָב נישט געוווּסט, ווי אַזוי צו רעדן מיט אַ מיידל, ווײַל איך בין שטענדיק געווען צווישן מענער. דערפֿאַר האָב איך זיך זעלטן באַקענט מיט פֿרויען, סײַדן, ווען כ‘פֿלעג באַזוכן די חב׳׳ד־הײַזער. איך האָב בכלל נישט געקענט זיך פֿאַרחבֿרן מיט זיי.“

צוליב דער דאָזיקער צעשיידונג האָט דוד־יוסף נישט נאָר נישט געקענט שאַפֿן קיין באַציִונגען מיט פֿרויען; ער און אויך אַנדערע בחורים האָבן שווער געליטן פֿון זייערע אונטערגעדריקטע סעקסועלע געפֿילן. „דאָרט אין דער ישיבֿה — דערמאָנט זיך דוד — האָט מען מיך געלערנט, אַז דער איינציקער ציל אינעם לעבן, איז דאָס לערנען, דאָס קענען תּורה און חסידות, און דאָס דערנענטערן זיך צו גאָט; אָבער אין דער זעלבער צײַט האָבן די בחורים געהאַט אינעם אינטערנאַט סעקסועלע באַציִונגען איינער מיטן צווייטן.“

מיט דער צײַט האָט דוד באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט, צוליב דער צבֿועקישער ווירקלעכקייט, אָבער ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, נישט געווען אַזוי גרינג. „מיט אַ צוויי יאָר צוריק, האָב איך דערציילט די טאַטע-מאַמע, אַז איך וויל מער נישט זײַן פֿרום. מײַן מאַמע האָט זיך צעווײנט, און מײַן טאַטע איז געוואָרן דערשלאָגן. כ׳האָב ווײַטער געוווינט מיט זיי, אָבער אַזוי האָט נישט געקענט אָנגיין לאַנג, מחמת דער שפּאַנונג צווישן אונדזערע באַזונדערע לעבנס-שטייגערס; בפֿרט האָבן זיי נישט געקאָנט מסכּים זײַן דערמיט, וואָס איך האָב באַשלאָסן צו לעבן אויף אַן אַנדער אופֿן, וואָס זיי האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט ווי הערעטיש און האָמאָסעקסועל.“

צוליב דער דאָזיקער שפּאַנונג האָט דוד־יוסף, סוף-כּל-סוף, געדאַרפֿט זיך איבערציִען. אַ דאַנק דער הילף פֿון די אָרגאַניזאַציעס ווי „פֿוטסטעפּס“, געוווינט ער זיך בעסער צו צו דער סעקולערער וועלט. צום וויכטיקסטן, דערמעגלעכט אים די נײַע סבֿיבֿה ווײַטער צו אַנטוויקלען זײַן פּערזענלעכקייט. „איך האָב אַ מאָל זיך אידענטיפֿיצירט ווי אַ האָמאָסעקסואַליסט, אָבער איצט וויל איך מיך נישט באַגרענעצן מיט געוויסע קלעפּצעטלעך. פֿאַרקערט איך בין אָפֿן צו אַלצדינג“. פֿונדעסטוועגן, פֿירט דוד־יוסף איצט אַן ערנסטע באַציִונג מיט אַ פֿרוי.