„דאָס בוך פֿון צאָלן‟ (אַ מער פּאַסיקער ייִדישער טיטל פֿאַרן דאָזיקן ראָמאַן װאָלט מסתּמא געװען „במדבר‟) איז אַ נײַער ראָמאַן פֿונעם יונגן, אָבער זײער פֿרוכטבאַרן אַמעריקאַנער שרײַבער יהושע כּהן. אײניקע רעצענזענטן באַװוּנדערן דעם מחברס בריאהשאַפֿט מיט װערטער, אַנדערע קריטיקירן דאָס בוך פֿאַר אומגעלומפּערטקײט און באַריידעװדיקײט. בײדע צדדים קאָנען זײַן גערעכט. דאָס בוך איז טאַקע גרױס אין פֿאַרנעם און שװער צום באַנעמען. דאָס איז אַ שווערער טערסט, װײַל דער סיפּור־המעשׂה בלאָנדזשעט איבער כּלערלײ זײַטיקע סטעזשקעס, װאָס פֿירן צו מאָל װײַט אַװעק פֿונעם דרך־המלך, פּונקט אַזױ װי אַ מאָל האָט דאָס עם־ישׂראל געבלאָנדזשעט איבערן מידבר אײדער מ‘איז אַרײַן אין ארץ־ישׂראל.
עס זײַנען דאָ עטלעכע שטימען אינעם ראָמאַן, װאָס רעדן דורך פֿאַרשידענע מעדיומס: בליצבריװ, אוידיאָ־רעקאָרדירונגען, נאָטיצן אױף פּאַפּיר. און גאַנצע צװײ פּערסאָנאַזשן הײסן „יהושע כּהן‟: דער דערצײלער, אַ ניו־יאָרקער שרײַבער אַ לאָ־יוצלח, און זײַן העלד, דער באַשאַפֿער פֿון דער ריזיקער דיגיטאַלער קאָרפּאָראַציע, װאָס איז צוגעטראַכט אויפֿן סמך פֿונעם „גוגל‟. און יהושע כּהן, דער שלימזל, באַקומט אַ באַשטעל אָנצושרײַבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿאַר יהושע כּהן דעם בעל־המצאָה.
דער אמתער יהושע כּהן, דעם מחבר פֿונעם ראָמאַן, פֿאַרמאָגט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר װערטער און סטילן. ער איז אױך פֿול־געפּאַקט מיט כּלערלײ קענטענישן, װאָס נעמען אַרײַן דײַטש און העברעיִש. ער געהערט צו דער קלײנער צאָל הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטן, װאָס פֿאַרשטײען אין דער ייִדישער קולטור און געשיכטע; אַפֿילו אַ פּאָר ייִדישע װערטער, װאָס ער װאַרפֿט אַרײַן דאָ און דאָרט, זײַנען קאָרעקט פֿאַרשריבן אױף ענגליש.
כּהן רעדט גערן װעגן זײַנע ליטעראַרישע אָּבֿות, בפֿרט אין דעם זשאַנער פֿון פֿאַנטאַסטיק. זײַן שפּיל מיט צװײ פּאַרשױנען מיטן נאָמען יהושע כּהן ציט זײַן ייִחוס דירעקט פֿון פֿיליפּ ראָטס ראָמאַן „אָפּעראַציע שײלאָק‟, און די קאָמפּליצירטע טעכנאָלאָגישע חקירות דערמאָנען אין דעם קלאַסיקער פֿונעם אַמעריקאַנער פּאָסט־מאָדערניזם טאָמאַס פּינטשאָן. חוץ דעם, שעפּט ער אַ סך פֿון די הײַנטיקע אַקטועלע געשעענישן, װי למשל, די סקאַנדאַל־מעשׂה מיט „װיקי־ליקס‟. פֿון דעם אַלץ באַקומט זיך אַ בונטער מישמאַש פֿון סטילן, שטימען און געשעענישן, אָנגעשריבן צומאָל כּלומרשט אַבי־װי, בחיפּזון און מיט גרײַזן.
מסתּמא דאַרף מען דעם דאָזיקן טעקסט איבערלײענען ניט אײן מאָל, כּדי צו דערגײן צו אַ טיפֿערן זין; אָבער אַפֿילו װען מען איז ניט בכּוח משׂיג צו זײַן אַלע רמזים און אױספּלאָנטערן אַלע קנופּן, באַקומט מען, פֿון דעסטװעגן ,אַ סך הנאה פֿונעם מחברס שאַרפֿזיניקן הומאָר און דער סטיליסטישער המצאהדיקײט. דאָס איז אַ מין בוך, װאָס מען קאָן עפֿענען אױף אַ װאָסער ניט איז זײַט און קלײַבן נחת סתּם פֿון דעם װערטער־שטראָם. חוץ דעם, פֿאַרמאָגט דאָס בוך אױך אַ נימשל, אױף װעלכן מען שטױסט זיך אָן שױן אינעם טיטל.
„דאָס בוך פֿון צאָלן‟ איז דער נאָמען פֿונעם ספֿר „במדבר‟ אין דער קריסטלעכער ביבל. די דאָזיקע פֿאַרבינדונג לאָזט זיך אױסטײַטשן װי אַ רמז אױף דעם גײַסטלעכן מצבֿ פֿונעם איצטיקן דור. כּהן האַלט, אַז די גאַנצע מענטשהײט איז בערך מיט פֿערציק יאָר צוריק אַרײַן אין דער אומבאַקאַנטער דיגיטאַלער תּקופֿה, װוּ אַלץ װערט פֿאָרגעשטעלט דורך ענדלאָזיקע קײטן פֿון בלױז צװײ ציפֿערן, נולן און אײנסן. צי קאָן מען געפֿינען אַ ריכטיקן װעג אין אָט דעם דאָזיקן דיגיטאַלן מידבר? װער איז אונדזער משה־רבינו? כּהן גיט ניט קײן קלאָרן ענטפֿער, אָבער ער פֿאַרמאָגט אַ גװאַלדיקן כּוח־הדמיון פֿאַר אױסצומאָלן אָט דעם גראַנדיעזן אילוזאָרישן מידבר. עס איז ניט קײן צופֿאַל, װאָס זײַן נאָמען איז דאָס אײגענע װי בײַ יהודשע בן־נון.
צי איז „דאָס בוך פֿון צאָלן‟ טאַקע אַ ייִדישער ראָמאַן? אַװדאי, זײַנען בײדע צענטראַלע העלדן ייִדן, באַזאָרגט מיט פּרטימדיקע משפּחה־געשיכטעס. די חורבן־טעמע, װאָס איז אַ מוז־זאַך אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור, איז אױך דאָ. אָבער מער אינטערעסאַנט זײַנען געװיסע איבערקלאַנגען מיט דער ייִדישער קלאַסיק, װאָס דער מחבר ווייסט מסתּמא אַלײן ניט וועגן זײ.
מײַן אײגענער פּרוּװשטײן פֿון „ייִדישקײט‟ אין אַ ליטעראַריש װערק איז אַ קרובֿהשאַפֿט מיט מענדעלע מוכר־ספֿרים. מענדעלע איז דער עלטער־זײדע פֿון אַלע עכטע ייִדישע שרײַבער, און יהושע כּהן איז בלי־ספֿק זײַנער אַן אָפּשטאַמלינג. מענדעלעס „קליאַטשע‟ איז דער אור־מוסטער פֿונעם ייִדישן פּאָסט־מאָדערניסטישן ראָמאַן, מיט זײַן אַלװעלטלעכן באַנעם, עטלעכע שיכטן פֿון באַטײַט און ביטערער אַקטועלער סאַטירע.
אָבער צװישן דעם אור־זײדע מענדעלע און דעם אור־אײניקל יהושע כּהן שטײט נאָך אײן ייִדישער קלאַסיקער, דער נסתּר. זײַנע לעצטע סימבאָליסטישע מעשׂיות פֿון די זאַמלביכער „געדאַכט‟ און „פֿון מײַנע גיטער‟ האָבן אַ סך שותּפֿות מיט כּהנס געשטאַלטן און זײערע ראַנגלענישן. דער נסתּר האָט אױך זײַנע אַ טאָפּלינג־פֿיגור, זײַן אייגענעם ליטעראַרישן העלד מיטן נאָמען „דער נסתּר‟. דער מאָטיװ פֿון בלאָנדזשען איבערן מידבר איז אױך זײער בולט אין דער נסתּרס כּתבֿים, װי אױך אַן אינטערעס צו דער קבליסטישער מיסטיק. פֿון דער נסתּר — פּנחס כּהנאָװיטש, פֿירט צו יהושע כּהן אַ דירעקטע ליטעראַרישע שלשלת־היוחסין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.