איך גלייב, אַז ס׳רובֿ לייענער נייטיקן זיך ניט מע זאָל זיי „דעשיפֿרירן‟ דעם נאָמען פֿון דעם שרײַבער און נאָבעל־לאַורעאַט אלי וויזעל. זײַן ביאָגראַפֿיע וועל איך דאָ ניט איבערדערציילן, ווײַל זי איז ברייט צוטריטלעך. כ׳וועל דערמאָנען נאָר, אַז ס’איז געווען אַ צײַט, ווען אלי וויזעל האָט געשריבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟. מיר איז ניט באַוווּסט די סיבה, פֿאַר וואָס הײַנטיקע טעג האַלט ער אונטער אַ קאָנטאַקט מיטן „אַלגעמיינעם זשורנאַל‟ און ניט מיט אונדזער צײַטונג, אָבער איך דערמאָן עס פֿאַרבײַגייענדיק, ניט דאָס בין איך אויסן.
די נאָטיצן האָבן דעם ציל צו דערמאָנען וועגן וויזעלס אַן אויפֿטו, וואָס האָט איבערגעלאָזט גאַנץ טיפֿע שפּורן אין דער ייִדישער געשיכטע. דער עלטערער דור לייענער געדענקט עס אַ פּנים. די יונגע איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די רייד גייט וועגן זײַן בוך The Jews of Silence, „די ייִדן פֿון שווײַגן‟, וואָס איז באַזירט אויף וויזעלס זשורנאַליסטישע נאָטיצן מכּוח זײַן נסיעה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, אין האַרבסט 1965, בעת און אַרום די ימים־נוראָים. אין יענע טעג האָט דער שרײַבער באַוויזן צו באַזוכן מאָסקווע, לענינגראַד, קיִעוו און גרוזיע. פּינקטלעכער, האָט ער זיך נאָר אַרײַנגעכאַפּט אין אָט די ערטער, ווײַל דער באַזוך איז געווען אַ קורצער.
פֿאַר וואָס איז ער געקומען גראָד אין דער צײַט פֿון יום־טובֿים? אויסגעקליבן איז עס געווען לחלוטין ניט צופֿעליק. דער גאַסט האָט דאָך געוואָלט זיך טרעפֿן ניט מיט זײַנע קאָלעגן, ייִדישע שרײַבער, נאָר דווקא מיט די ייִדן, וואָס פֿלעגן קומען אין די שילן. געווען זײַנען עס מענטשן פֿון צוויי מינים: ערשטנס, עלטערע לײַט, וועלכע פֿלעגן רעגולער צי ניט רעגולער קומען דאַווענען אין שיל. צווייטנס, ייִנגערע ייִדן, וועלכע די שיל האָט צו זיך בדרך־כּלל צוגעצויגן ניט אַזוי ווי אַן אָרט פֿאַר דאַווענען, נאָר ווי אַן אָרט, וווּ מע האָט געקענט זיך פֿילן צווישן אייגענע און צו ווײַזן — סײַ אַנדערע סײַ זיך אַליין, אַז זיי האָבן ניט פֿאַרגעסן וועגן זייער אָנגעהעריקייט צו דער טראַדיציע.
דאָ מוז מען דערמאָנען, אַז מיט עטלעכע יאָר פֿריִער האָט זיך אין לענינגראַד און מאָסקווע געשאַפֿן אַזאַ מינהג: אויף שׂימחת־תּורה פֿלעגן יונגע לײַט זיך צונויפֿקלײַבן בײַ דער שיל אויף אַ מין וועלטלעכער הקפֿות. מע האָט געטאַנצט, מע האָט זיך געפֿרייט. און דער עולם פֿלעגט זיך צונויפֿקלײַבן זייער אַ היפּשער, כאָטש מע האָט געציטערט אַ ביסל אויך — גערעדט האָט מען, אַז „קיי־דזשי־בי‟־אַגענטן האָבן פֿאָטאָגראַפֿירט די טאַנצנדיקע יוגנט און דערנאָך איבערגעשיקט די פֿאָטאָס אין זייערע אוניווערסיטעטן.
ווי מיר ווייסן איצט, קיין פּוסטע קלאַנגען זײַנען עס ניט געווען. אָבער הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער יונגע בחורים און מיידלעך האָט די דאָזיקע סכּנה ניט אָפּגעשטעלט. מיר, מײַן ווײַב און איך, האָבן זיך אין אַזעלכע צונויפֿקומענישן אויך באַטייליקט. דאָס איז געווען שוין שפּעטער, אין די 1970ער יאָרן. אפֿשר האָט מען אונדז אויך פֿאָטאָגראַפֿירט, אָבער קיין שום צרות האָבן מיר פֿון דעם ניט געהאַט.
דאָ מוז מען זאָגן, אַז די דאָזיקע שׂימחת־תּורה־באַוועגונג איז אויפֿגעקומען אין דער צײַט, וואָס איז באַקאַנט ווי די „אָדליהע‟ — נאָך די ביטערע „פֿרעסט‟ פֿון סטאַלינס תּקופֿה. קיין דעמאָקראַטיע האָט די דאָזיקע „אָדליהע‟ ניט געבראַכט, אָבער די מורא איז, אין תּוך אַרײַן, אַוועק צי כּמעט אַוועק. אין תּפֿיסה האָט מען פֿאַר אַזעלכע הקפֿות, פֿון דעסטוועגן, ניט פֿאַרשפּאַרט. קיין חידוש ניט, אַז די יוגנט איז געווען דרייסטער פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס און זיידע־באָבעס, בײַ וועלכע די מורא איז שוין אָפֿט מאָל פֿעסט אַרײַן אין זייער בלוט.
הקיצור, האָט אלי וויזעל דערזען אָט די ייִדן, עלטערע און ייִנגערע, און איז באַגײַסטערט געוואָרן. ער האָט אויסגעמאָסטן זייער ייִדישקייט מיט אַ מאָס פֿון פֿרומקייט און האָט געבראַכט אין דער מערבֿדיקער וועלט די בשׂורה־טובֿה, דהײַנו: דאָס בוך „די ייִדן פֿון שווײַגן‟ האָט דערציילט, אַז ניט אַלע סאָוועטישע ייִדן זײַנען פֿאַרגוייִשט געוואָרן, ס’איז זײַנען נאָך אַלץ פֿאַרבליבן „עכטע‟ ייִדן.
אַ סך ייִדן אין אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער האָבן אָפּגעזיפֿצט און זײַנען פֿון אָט דער בשׂורה באַגײַסטערט געוואָרן. געשען איז עס, ווידער אַ מאָל, ניט צופֿעליק. ס’איז גענוג אַרײַנצוקוקן אין דער פּרעסע פֿון יענער צײַט, כּדי צו זען אַז דער ענין פֿון סאָוועטישע ייִדן האָט שוין פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דעם סדר־היום פֿון ייִדישע כּלל־אַקטיוויטיטעטן. דאָס אָרט איז נאָך, פֿאַרשטייט זיך, ניט געווען אַזוי הויך, ווי עס וועט פֿאַרנעמען אין די 1970ער יאָרן, אָבער גערעדט האָט מען שוין אָפֿט און אַ סך וועגן דעם גורל פֿון ייִדן הינטער דעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟.
אַזוי צי אַזוי, אלי וויזעלס „די ייִדן פֿון שווײַגן‟ איז, אָן שום ספֿק, אַ וויכטיקער דאָקומענט פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟, פֿונעם קאַמף, וואָס האָט זיך געפֿירט פֿאַר דער סאָוועטיש־ייִדישער עמיגראַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.