ווען איך האָב מיט כּמעט צען יאָר צוריק זיך באַקענט מיט פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג, האָט ער מיר אַ סך דערציילט וועגן דער דײַטשער ייִדיש־סימפּאָזיע, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר, אָדער בײַ אים אין טרירער אוניווערסיטעט, אָדער בײַ פּראָפֿ׳ מאַריאָן אַפּטראָט אין דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעט. טריר און דיסלדאָרף פֿאַרמאָגן די צוויי ייִדיש־קאַטעדרעס אין דײַטשלאַנד, און צופֿעליק געפֿינען זיך יענע שטעט ניט ווײַט פֿון דער טעריטאָריע בײַם טײַך רײַן, וואָס ייִדן האָבן אין מיטל־עלטער גערופֿן לותּיר (לאָטער), וווּ מאַקס ווײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע שפּראַך איז ערשט אויפֿגעקומען. עס געשיקט זיך, אַז ייִדיש האָט זיך אומגעקערט צוריק צום אָרט, וווּ די שפּראַך איז מיט טויזנט יאָר פֿריִער געבוירן געוואָרן.
נאָך אַ צען־יאָריקער פֿאַרשפּעטיקונג בין איך פֿון 12טן ביזן 14טן אָקטאָבער, סוף־כּל־סוף, בײַגעווען בײַ דער דאָזיקער 18טער סימפּאָזיע, וואָס איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען אין טריר. צום באַדויערן (אָדער צום גליק), האָב איך ניט צוגעגרייט קיין רעפֿעראַט, ווײַל איך האָב באַשלאָסן צו קומען מער־ווייניקער אין דער לעצטער מינוט. אַזוי האָב איך געהאַט דעם לוקסוס מיט אַ רויִקן קאָפּ זיך גוט צוצוהערן צו אַנדערע רעפֿעראַטן, און ניט געדאַרפֿט טראַכטן די גאַנצע צײַט, ווי געוויינטלעך, וועגן די מעגלעכע טעותן, וואָס איך וועל האָבן אין מײַן אייגענעם רעפֿעראַט.
די דײַטשע סימפּאָזיע איז אַנדערש פֿון די אַלע אַנדערע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אונדזערע, וואָס קומען פֿאָר אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל, למשל, מיט דעם, וואָס אַן ערך אַ העלפֿט פֿון די רעפֿעראַטן ווערן טאַקע געהאַלטן אויף ייִדיש. נויבערג און אַפּטראָט דערלאָזן רעפֿעראַטן בלויז אויף ייִדיש און דײַטש; ענגליש האָבן זיי אַרײַנגעלייגט אין חרם, ווײַל זיי ווייסן, אַז וויבאַלד מע לאָזט עס איבערטרעטן די שוועל, וועלן אַ סך פֿאָרשער זיך שעמען ווײַטער צו רעפֿערירן אויף מאַמע־לשון. די דאָזיקע ייִדישיסטישע פּאָליטיק האָט אויך חסרונות, פֿאַרשטייט זיך, ווײַל ס‘רובֿ פֿאָרשער קענען זיך ניט אויסדריקן אַזוי פֿרײַ אויף ייִדיש ווי אויף ענגליש. אָבער דאָס מאָל האָבן אַלע, בדרך־כּלל, גערעדט קלאָר און פֿאַרשטענדלעך, אַזוי אַז דאָס געווינס פֿאַר ייִדיש איז ניט געקומען אויפֿן חשבון פֿון אַן ערנסטער אינטעלעקטועלער דיסקוסיע.
דער אופֿן צו רעדן בײַ דער סימפּאָזיע שפּיגלט אָפּ אויף אַ טשיקאַוון אופֿן דעם פֿאַקטישן לינגוויסטישן מצבֿ פֿון ס׳רובֿ ייִדן אין מיטל־עלטער: ייִדיש און דײַטש זײַנען בײַ זיי געווען צוויי פּאָלוסן פֿון איין דיאַלעקט־קאָנטינוּום. זיי האָבן געקענט רעדן מער ייִדישלעך אָדער ווייניקער ייִדישלעך, געווענדט אין דעם, מיט וועמען זיי רעדן, און וועגן וואָס. פּונקט אַזוי האָבן איצט אַ סך באַטייליקטע אין דער סימפּאָזיע אַ מאָל גערעדט אַ ייִדיש־דײַטשמערישן דײַטש אָדער אַ דײַטש־ייִדישלעכן ייִדיש, אָדער אין מיטן זאַץ צונויפֿגעמישט די גראַמאַטישע פֿאָרמעס פֿון ביידע לשונות. די סימפּאָזיע טיילט זיך אויס פֿון אַנדערע קאָנפֿערענצן אויך מיט די וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס, מיט וועלכע די רעפֿערענטן פֿאַרנעמען זיך. ס׳איז טאַקע מאָדנע, ווי זעלטן די מאָדערנע ליטעראַטור איז דאָרט געקומען צו רייד. אַחוץ אַ פּאָר רעפֿעראַטן וועגן פּרץ און גראַדע, האָט מען גערעדט, דער עיקר, וועגן אַלט־ייִדישע שריפֿטן און וועגן לינגוויסטיק. ס׳איז אוממעגלעך זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ ערגעץ אַנדערש אויף דער וועלט זאָל אַרײַננעמען אַזוי פֿיל פֿאָרשונג פֿון דעם מין.
הײַיאָר זײַנען געווען גאַנצע דרײַ רעפֿעראַטן וועגן דער לעקסיקאָגראַפֿיע, וואָס דאָס האָט מיך ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט, ווײַל איך האַלט אינעם שרײַבן אַ קאַפּיטל פֿון מײַן דיסערטאַציע וועגן ייִדישע ווערטערביכער. פּראָפֿ’ נויבערג, וואָס אַרבעט אַליין אויף אַ ייִדיש־דײַטשן ווערטערבוך, וואָס אַלע האָפֿן, אַז עס וועט מירצעשעם אין גיכן פֿאַרטיק ווערן, האָט הײַיאָר צופֿעליק גערעדט וועגן עפּעס אַנדערש: וועגן דער ניט־פֿאַרענדיקטער דיאַלעקטאָלאָגישער אַרבעט פֿון נח פּרילוצקי. נויבערג האָט פֿאָרגעלייגט, מע זאָל צונויפֿשטעלן אַן אינדעקס פֿון די אַלע ווערטער און נעמען, וואָס פּרילוצקי ברענגט אין זײַנע שריפֿטן, ווײַל ער האָט דאָרט פֿאַרשריבן לינגוויסטישע פֿאַקטן, וואָס זײַנען הײַנט ניט מער צו באַקומען. אַזאַ אינדעקס וואָלט אויך צו נוץ געקומען, למשל, בײַם צונויפֿשטעלן אַ פֿולשטענדיקן דיאַלעקט־ווערטערבוך.
יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ האָט דערציילט וועגן זײַן ייִדיש־האָלענדישן ווערטערבוך, וואָס ער אַרבעט אויף אים שוין צענדליקער יאָרן און האַלט איצט בײַם פֿאַרענדיקן. דאָס איז אַ קאָלאָסאַלע אַרבעט מיט אַן ערך 68,000 זוכווערטער, וואָס פֿאַן דע קאַמפּ האָט זיי גענומען ניט בלויז פֿון די פֿאַראַנענע ווערטערביכער, נאָר אויך פֿון דער נײַער ליטעראַטור און פֿון פֿאַרשיידענע נײַע קוואַלן, וואָס קיינער האָט זיך נאָך ניט גענומען צו זיי. ער האָט אויסגערעכנט, למשל, אַז ער האָט איבער צוויי הונדערט ווערטער, וואָס הייבן זיך אָן מיט אַלף, וואָס פֿעלן אַפֿילו אינעם „גרויסן ווערטערבוך‟.
פֿאַן דע קאַמפּ און מרים גוטשאָוו, אַ דײַטשע פֿאָרשערין, וואָס וווינט אין אַמסטערדאַם און העלפֿט אים מיטן פּראָיעקט, האָבן אונדז דערציילט וועגן די טעכנישע מניעות, וואָס שטערן זייער אַרבעט. קודם־כּל, ניצט ער נאָך אַלץ די זעלביקע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם — „אײַנשטיין־שרײַבער‟ — מיט וועלכער ער האָט אָנגעהויבן אין די 1980ער יאָרן. דעמאָלט איז די פּראָגראַם געווען העכסט מאָדערן, אָבער איצט איז שווער אַריבערצופֿירן דעם טעקסט אין אַזאַ פֿאָרמאַט, מע זאָל אים טאַקע קענען דרוקן, סײַ ווי אַ בוך, סײַ אין אינטערנעץ. דערצו זײַנען די טײַטשן און די טראַנסקריפּציעס אין גאַנצן אויף האָלענדיש, וועלן די ייִדיש־לייענער, וואָס וווינען מחוץ די גרענעצן פֿון האָלאַנד און בעלגיע, זיך מאַטערן אַ ביסל, כּדי אַרויסצובאַקומען די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע. פּראַקטיש גערעדט, וועלן זיי דאַרפֿן זוכן אַלצדינג צוויי מאָל: צום ערשט, דעם טײַטש פֿונעם ייִדישן וואָרט אויף האָלענדיש; דערנאָך, דעם טײַטש פֿונעם האָלענדישן טײַטש.
פֿאַן דע קאַמפּ און גוטשאָוו האָבן דערקלערט, ווי אַזוי מען קען מיט דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער־טעכניק לייזן די דאָזיקע פּראָבלעמען. זיי שאַפֿן אַ פּראָגראַם, וואָס זאָל דורכלייענען דעם אָריגינעלן טעקסט און אים צעטיילן לויט די פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס: זוכוואָרט, אויסשפּראַך, דעפֿיניציע, מקורים אאַז״וו, וואָס דאָס וועט דערמעגלעכן דעם באַניצער פֿונעם דיגיטאַלן ווערטערבוך אויסצוזוכן וואָס ער וויל. אין אינטערנעץ זײַנען אויך פֿאַראַן אַ סך מעגלעכקייטן, וואָס מע וואָלט געקענט צוגעבן: הערן דעם קלאַנג פֿונעם וואָרט; זען אַ בילד פֿון דער זאַך, וואָס דאָס וואָרט באַצייכנט; געבן ציטאַטן פֿון דער ליטעראַטור, וווּ דאָס וואָרט קומט פֿאָר — און פֿאַרבינדן דעם ציטאַט מיטן אָריגינעלן טעקסט, כּדי דער לייענער זאָל זען דעם גאַנצן קאָנטעקסט; געבן די דעפֿיניציעס ניט בלויז אויף האָלענדיש, נאָר אויך אויף ענגליש, דײַטש, העברעיִש וכדומה, אַזוי ווי ס׳איז דעם באַניצער מער באַקוועם.
אויף דער סימפּאָזיע האָט אויך גערעדט דער פֿלעמישער לעקסיקאָגראַף יאָס יאַנסען, וואָס האַלט אינעם צוגרייטן אַ ווערטערבוך פֿונעם סלאַווישן קאָמפּאָנענט, וואָס ער האָט אַ נאָמען געגעבן „די סלאַווישע ירושה‟. מיר ייִדיש־לייענער, וואָס שטאַמען ניט פֿון די סלאַווישע מקומות, נייטיקן זיך שוין לאַנג אין אַזאַ מין ווערטערבוך און ס׳איז טשיקאַווע, אַז קיינער האָט זיך ניט גענומען צו דעם ביזן בעלגיער פֿרײַנד יאַנסען. ער גיט ניט בלויז דעם טײַטש, נאָר אויך די קאָגנאַטן פֿון די פֿאַרשיידענע סלאַווישע לשונות, מיט וועלכע דאָס ייִדישע וואָרט האָט אַ שײַכות. פֿאַר די אַלע ייִדן, וואָס ווייסן ניט, מיט וואָס מע עסט יענע ווערטער, און אַפֿילו ניט ווי אַזוי זיי צו געפֿינען אין די סלאַווישע ווערטערביכער, וועט דאָס אַוודאי זײַן אַ גרויסע הילף. אַחוץ איין פּונקט: פֿרײַנד יאַנסען האָט נאָך אַ מאָל אַלצדינג פֿאַרטײַטש אויף זײַן מוטערשפּראַך — האָלענדיש. האָבן מיר אַ ברירה: אָדער מיר לערנען זיך אַלע אויס האָלענדיש ווי עס באַדאַרף צו זײַן, אָדער מיר רעדן איבער פֿאַן דע קאַמפּ און יאַנסען צוצוגעבן דעם טײַטש אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, וואָס מיר קענען בעסער.
פֿרײַנד יאַנסען האָט מיר געטאָן זייער אַ גרויסע טובֿה און מיך געפֿירט פֿון טריר צו זיך אַהיים קיין בעלגיע. איך האָב געוואָלט באַזוכן אַנטווערפּן און צופֿעליק ליגט זײַן שטאָט, האַסעלט, ניט ווײַט פֿון דאָרטן. בין איך טאַקע איין נאַכט אײַנגעשטאַנען בײַ אים און געהאַט אַ געלעגנהייט אים צו זאָגן מײַן גאָר באַשיידענע מיינונג, אַז עס וואָלט געפּאַסט צוצוגעבן דעם טײַטש אויף ענגליש, ווײַל זײַן פּראָיעקט איז זייער אַ וויכטיקער און עס וואָלט געווען אַ שאָד, ווען ניט די גרעסטע צאָל מענטשן זאָל האָבן די מעגלעכקייט אים צו ניצן. איצט טראַכט איך זיך, אַז מסתּמא וואָלט דאָס בעסטע געווען צו געבן דעם טײַטש טאַקע אויף ייִדיש, אַזוי ווי ניבאָרסקי האָט געטאָן אין זײַן ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער; ווײַל אַזוי וועלן ממש אַלע ייִדיש־לייענער קענען עס ניצן, אַפֿילו די פֿרומע ייִדן אין ישׂראל, וואָס קענען ניט קיין ענגליש.
וויפֿל פֿון אונדזערע לעקסיקאָגראַפֿישע חלומות וועלן זיך לאָזן רעאַליזירן, איז נאָך שווער צו זאָגן. כּדי צו שאַפֿן אַזאַ מין דיגיטאַלן סופּער־ווערטערבוך, ווי גוטשאָוו האָט אין זינען, און ווי איך אויך — און מסתּמא אַ סך אַנדערע — וואָלטן געוואָלט האָבן, וואָלט זיך געפֿאָדערט אַן אינטערנאַציאָנאַלע צוזאַמענאַרבעט פֿון לעקסיקאָגראַפֿן און טעכנישע העלפֿער איבער דער וועלט. אַנשטאָט צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, וואָלט יעדער געדאַרפֿט דערגאַנצן די אַרבעט פֿונעם צווייטן, אַזוי ווי מע מאַכט אין „וויקיפּעדיע‟. אפֿשר איז פֿרײַנדין גוטשאָוו טאַקע גערעכט, אַז די בעסטע לייזונג איז אַ „וויקי‟־ווערטערבוך, וואָס זאָל אַרײַננעמען קלאַנג, בילדער, ציטאַטן, און טײַטשן אויף אַלע מעגלעכע שפּראַכן, אויף וויפֿל אונדזערע כּוחות וועלן סטײַען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.