„סעלפֿי‟ — הײַנטצײַטיקער נאַרציסיזם

Selfie – Today’s Narcissism


פֿון יצחק לודען

Published October 21, 2015, issue of November 13, 2015.

אַ שפּאַציר איבער די בלעטלעך פֿון זשורנאַליסטישע ראַפּאָרטן און רעפּאָרטאַזשן פֿון די לעצטע צװאַנציק־דרײַסיק יאָר איז װי אַן עקסקורסיע איבער אַרכעאָלאָגישע אָדער היסטאָרישע אָביעקטן פֿון אַלט־פֿאַרגעסענע צײַטן. פֿאַר וויסנשאַפֿטלער, פֿאָרשער און היסטאָריקער, אַזוי װי פֿאַר סתּם נײַגעריקע וויסן־דורשטיקע לײַטן, קען דאָס זײַן אַ קאָלעקטיװע איבערלעבונג, אַ דערמאָנונג פֿון אַן עקזאָטישער תּקופֿה אָדער, צומאָל, פֿון אַ ראָמאַנטישער פֿאַרגאַנגענהייט. פֿאַר שרײַבער און קינסטלער איז עס אַן אויפֿגעכאַפּטער רוישטאָף צו געשטאַלטן קינסטלעריש די קאָליריקע דראַמע פֿון דער גרויער טאָג־טעגלעכקײט.

אין זײַן געניאַלער דערפֿינדערישקייט האָט דער הײַנטצײַטיקער טעכנאָלאָגישער װעלט־הערשער, דער הײַ־טעק, אויך באַשאַפֿן אַ נײַעם קליינטשיקן אָפּגאָט: דעם „סעלפֿי‟, װאָס מיט זײַן הילף וויל דער מענטש דאָקומענטירן פֿאַר דער געשיכטע זײַן צענטראַלע ראָלע אין דער אַקטועלער ווירקלעכקייט. אין דער אמתן, אָבער, שפּיגלט אָפּ דער „סעלפֿי‟ דעם מענטשנס נאַרציסיזם, דעם „סעלפֿיש‟ אין דער עפּאָכע פֿון דעם וועטגעיעג מיט דער צײַט.

נישט צופֿעליק האָט דער מענטש טאַקע געקרוינט דאָס דאָזיקע קליינע װוּנדער־קעמערל מיטן נאָמען „סעלפֿי‟, װײַל selfish איז דער ענגלישער טײַטש פֿון עגאָיִזם, פֿון אייגנליבע; און דער שורש פֿון עגאָיִזם און פֿון עגאָצענטרישקייט איז דער ego, דער אולטימאַטיװער „איך‟. „אני ואפסי עוד‟: איך איינער, און מער קיינער, אַן אויסדרוק פֿון פּערזענלעכער גאווה, פֿון אײַנגעבילדעטן שטאָלץ. „אַן אײַנרעדעניש, װאָס איז ערגער פֿון אַ קרענק‟, װי עס זאָגט דאָס באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסװערטל.

דאָס מוז אָבער נישט זײַן דװקא און אַלע מאָל אַ נעגאַטיװער כאַראַקטער-שטריך, כאָטש דאָס װאָרט „עגאָיִזם‟ האָט אַ נעגאַטיװע קאָנאָטאַציע. דער „עגאָ‟ אַלײן קען אויך זײַן אַן אויסדרוק פֿון זעלבסטװירדע און זעלבסטבאַװוּסטזײַן, אויב ער װערט נישט באַגלייט פֿון קיין פֿאַרלייקענונג — אי פֿון דעם פֿרעמדן, דעם אַנדערן, אי פֿון זײַן אייגענעם איך, אַן אויסדרוק פֿון זעלבסטפֿאַרלייקענונג, פֿון פֿאַרמינערן אָדער גרינגשאַצן די אייגענע ווערטן: אַ זאַך, װאָס קען פֿירן צו פֿאַטאַלע רעזולטאַטן. גאָר באַזונדערס, ווען דער עגאָיִזם פֿונעם יחיד װערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ סעקטאָריאַל־געזעלשאַפֿטלעכן, אַן עטנישן, אַנטי-פֿעמיניסטישן אָדער נאַציאָנאַליסטישן שאָװיניזם ביז אַנטיסעמיטיזם, פֿרעמדנהאַס און ראַסיזם.

דאָס אַלץ קאָנצענטרירט זיך אין דעם מיטאָלאָגישן נאַרציסיזם.

דער נאַרציסיזם איז נישט קיין נײַע מענטשלעכע דערשײַנונג. ער איז פֿאַראײביקט אין דער גריכישער מיטאָלאָגיע, אין דער לעגענדע װעגן אַ שיינעם יונגן בחור, װאָס האָט זיך פֿאַרליבט אין זײַן שפּיגל־בילד בעת ער האָט אַרײַנגעקוקט אין אַ װאַסער, און שטײענדיק אַזוי אַ פֿאַרליבטער אין זײַן אייגענער געשטאַלט אַריבערגעבויגן איבער זײַן אָפּבילד, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אינעם װאַסער און איז געװאָרן דערטרונקען, אַ קרבן פֿון זײַן אייגנליבע.

די דאָזיקע לעגענדע, ווי אַ משל מיט אַ נמשל, איז אַרײַן אין דער שפּראַך אונטער דעם מיטאָלאָגישן באַגריף „נאַרציסיזם‟, וואָס מײנט, עגאָצענטרישקייט און „עגאָיִזם‟, װי אַ יחידישע, אָבער אויך װי אַ קאָלעקטיווע דערשײַנונג.

אין אונדזער עפּאָכע פֿון דער גלאָבאַליזאַציע און פֿונעם ברוטאַלן באַװאָפֿענונגס־געיעג, שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם קליינעם פֿאָטאָגראַפֿישן „סעלפֿי‟ דער הײַנטצײַטיקער קאָלעקטיװער נאַרציסיזם פֿון דער געזעלשאַפֿט, די אַטמאָספֿער פֿון נאַציאָנאַלן און סעקטאָראַלן שאָװיניזם און ראַסיזם און דער װילדער װעטגעיעג מיט דער צײַט.

זוכנדיק אין די לאַבירינטן פֿון די נעכטיקע טעג און בלעטערנדיק צווישן די אָנגעזאַמלטע אַרטיקלען און נאָטיצן פֿון די נישט ווײַטע צײַטן, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פּאָליטישן רעפּאָרטאַזש פֿון שוין פֿאַרגעסענע פּאַסירונגען פֿון סך־הכּל דרײַצן יאָר צוריק אין מדינת־ישׂראל, װען קיין פֿאָטאָגראַפֿישער „סעלפֿי‟ איז נאָך נישט געווען.

געװען איז אָבער אין יענע טעג די אַזוי גערופֿענע „צװײטע אינטיפֿאַדע‟, װאָס איז אויסגעבראָכן אַן ערך צװײ װאָכן נאָכן דורכפֿאַל פֿון דעם „צווײטן קעמפּ דייוויד‟ (די שלום־פֿאַרמיטלונג פֿון פּרעזידענט ביל קלינטאָן צווישן דעמאָלטיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד ברק און יאַסיר אַראַפֿאַט, דעם פּאַלעסטינער מנהיג), און נאָכן דעמאָנסטראַטיוון אויפֿמאַרש פֿון דעם דעמאָלטיקן מיניסטער פֿאַר װוינונגס־בוי אַריאל (אַריק) שרון אויפֿן פֿאַרהייליקטן הר־הבית. זײַן פּראָװאָקאַטיװער אויפֿטריט נעבן דעם מעטשעט „אַל אַקצאַ‟, מיט דער צושטימונג פֿון דעם פּרעמיער ברק, האָט אַרויסגערופֿן בלוטיקע אומרוען אין דעם אַראַבישן סעקטאָר אין מדינת־ישׂראל. אין די צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי זײַנען דעמאָלט דערהרגעט געװאָרן 13 אַראַבער ישׂראלדיקע בירגער, און איין פּאַלעסטינער תּושבֿ פֿון די באַזעצטע שטחים.

די יאָרן פֿון שרונס מיליטערישער און דערנאָך זײַן ציװילע פּאָליטישע קאַריערע, באַזונדערס די פֿערצן יאָר, װאָס זײַנען פֿאַרבײַגעלאָפֿן זינט זײַן אויסװאַל ווי אַ פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל אין פֿעברואַר 2001, זענען געװען די דראַמאַטישסטע יאָרן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.

נישט געווען אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל נאָך אַזאַ אַניגמאַטישער מנהיג מיט אַזאַ שטאַרק אײַנגעבילדעטער נאַרציסיסטישער זעלבסטזיכערקייט, װי אָט דער נישט געהאָרכזאַמער גענעראַל, וועלכער האָט נישט אָנערקענט קיין שום העכערע אויטאָריטעט איבער אים, און איז צום סוף, געשטאָרבן אין אומבאַהאָלפֿנקייט נאָך אַכט יאָר לעטאַרגישן שלאָף. אַזוי װי יענער לעגענדאַרער העלד, װאָס איז געפֿאַלן א קרבן פֿון זײַן אייגנליבע, האָט אויך שרון נישט דערלעבט צו געניסן פֿון איר טעם. פֿון זײַן אייגנליבע. ער האָט אָבער באַװיזן צו דערגרייכן דעם ציל פֿון זײַן אָבסעסיווער שטרעבונג, װאָס עס האָט אויסגעדריקט אין זײַן נאָמען זײַן געטרײַער כּלים־טרעגער, דער זשורנאַליסט אורי דן: „איר האָט אים נישט געװאָלט האָבן ווי דעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי, האָט איר אים באַקומען װי דעם קריגס-מיניסטער, דעם מיניסטער פֿאַר זיכערהייט; איר האָט אים געפּסלט ווי אַ מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, װעט איר אים נאָך קרוינען װי דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער מדינה.‟

און אַזוי איז טאַקע געשען. אין זיין לאַנג־יאָריקער מיליטערישער און פּאָליטישער קאָריערע האָט ער זיך דערשלאָגן ביז צו דער מאַכט, ביז צו דעם העכסטן אָפּעראַטיװ אַמט.

דער זיגזאַגישער וועג פֿון אַריאל שרון, דעם גיבור פֿון קיביע און גרינדער פֿון דער „איינהייט 101‟, דעם „בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע‟ און דעם גרעסטן עלעקטאָראַלן מנצח אין די װאַלן צו דער כּנסת, האָט אָבער נאָך זײַן פֿאַרשװינדן פֿון דער אַרענע נישט איבערגעלאָזט קיין וועזנטלעכע שפּורן אין דעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿונעם פֿאָלק אין ישׂראל. איצט, נאָך אָנדערטהאַלבן יאָרצענדליק, קומט ווידער צו דער אויטענטישער איבערחזרונג פֿון דעם ספּאָנטאַנישן פּאַלעסטינעזישן װידערשטאַנד און דער באַנײַטער כװאַליע פֿון טעראָר, אָבער דאָס מאָל אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מאַסיװן שטיינער־ און מעסער־טעראָר פֿון מינדער־יעריקע יחידים אין אַ פּרעצעדענטלאָזן פֿאַרנעם; און אַזוי װי אין יענעם מאָל אונטערן צייכן פֿון דעם הײליקן הר־הבית אויף דער געפֿערלעך אָנגעגליטער שוועל פֿון אַ רעליגיעזער מלחמה.

שרונס װעג צו דער מאַכט און זײַן טראַגישער טויט האָבן אין אַ גרויסער מאָס אָפּגעשפּיגלט זײַן נאַרציסיסטישע אייגנליבע, דאָס נאַרציסטישע לעבן און טויט פֿון דעם מיטאָלאָגישן „סעלפֿי‟.

עס האָט אויסגעזען, אַז די פּערזאָן פֿון אריאל שרון האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם העכסטן אויסדרוק פֿונעם הײַנטצײַטיקן נאַרציסיזם. ער איז אָבער נישט געװען דער ערשטער און נישט דער איינציקער נאַרציציסטישער מלוכה־מנהיג אין דער (פֿאַרהעלטנישמעסיק) קורצער פּאָליטישער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. פּאָליטיק, אַזוי װי די נאַטור, פֿאַרטראָגט אָבער נישט קיין װאַקווּם: צװישן די ישׂראלדיקע „קאַנדידאַטן” צו דעם דאָזיקן „טיטל” האָט אַמאָל, אין די אָנהײב־יאָרן פֿון דער מדינה זיך געהאַט אויסגעצײכנט אין אָט דער ראָלע דער „אײַדאָל”, דער אידעאַלער „מאָדעל” פֿאַר דער היגער סאַברישער יוגנט, משה דיין; אין דער איצטיקער עפּאָכע װאָלט צום טיטל פֿון אייגנליבע און אַראָגאַנץ געקענט פּרעטענדירן דער געוועזענער פּרעמיער אהוד ברק.

עס שטײַגט זײ אָבער אַלעמען איבער מיט זײַן אַראָגאַנטישער אָנגעבלאָזנקייט דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, װאָס זײַן מלוכהשער לעבנס־ציל איז איבערבלײַבן מיט אַלע מיטלען בײַ דער מאַכט, און װעלכער איז מיט צװײ יאָר צוריק געקרוינט געװאָרן דורך דעם פּאָפּולערן אַמעריקאַנער זשורנאַל „טײַם” ווי דער „קעניג ביבי”.