ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

די גרויסע פּוילישע ייִדישע אַקטריסע אידאַ קאַמינסקאַ אינעם פֿילם „די קראָם אויף דער הויפּט־גאַס‟ אינעם יאָר 1965 (רעכטס) און אַ הונדערט־יאָריקע פּוילישע אַקטריסע דאַנוטאַ שאַפֿלאַרסקאַ (לינקס)
די גרויסע פּוילישע ייִדישע אַקטריסע אידאַ קאַמינסקאַ אינעם פֿילם „די קראָם אויף דער הויפּט־גאַס‟ אינעם יאָר 1965 (רעכטס) און אַ הונדערט־יאָריקע פּוילישע אַקטריסע דאַנוטאַ שאַפֿלאַרסקאַ (לינקס)

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published October 20, 2015, issue of November 13, 2015.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ הונדערט־יאָריקע פּוילישע אַקטריסע פֿאַרמעסט זיך מיט אידאַ קאַמינסקאַ

דאַנוטאַ שאַפֿלאַרסקאַ, די גרויסע פּוילישע אַקטריסע, איז הײַיאָר געוואָרן הונדערט יאָר אַלט. די טעג הייבט שאַפֿלאַרסקאַ אָן די פּראָבעס פֿאַר איר קומענדיקער ראָלע - די אַלטע ייִדישע אַלמנה אין דער פּיעסע „די קראָם אויף דער הויפּט־גאַס‟.

אויב דער טיטל דערמאָנט אײַך וועגן דעם טשעכאָסלאָוואַקישן פֿילם, וואָס האָט באַקומען דעם „אָסקאַר‟ אין יאָר 1965, מאַכט איר נישט קיין טעות. די פּיעסע איז נישט מער ווי אַ באַאַרבעטונג פֿונעם זעלבן טעקסט.

די ליטעראַטור־מבֿינים וועלן אײַך ווײַטער דערקלערן, אַז דעם אַזוי־גערופֿענעם „אור־טעקסט‟, דאָס הייסט, דעם קוואַל פֿון אַלע אַנדערע שפּעטערדיקע טעקסטן, האָט אָנגעשריבן אַ סלאָוואַקישער ייִדישער שרײַבער מיטן נאָמען לאַדיסלאַוו גראָסמאַן. אין איינעם מיטן רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, יאַן קאַדאַר, אויך אַ ייִד, האָט גראָסמאַן פֿאַרוואַנדלט זײַן דערציילונג אין אַ פֿילם־סצענאַר.

ביידע האָבן דעמאָלט געזוכט אַ סלאָוואַקישע אַקטריסע פֿאַר דער ראָלע פֿון דער האַלב־טויבער ייִדישער אַלמנה, וואָס האָט אַ קראָם אויף דער הויפּט־גאַס אין אַ קליינער סלאָוואַקישער שטאָט. די מעשׂה קומט פֿאָר אין יאָר 1942 און די סלאָוואַקײַ, דעמאָלט אַ פּראָ־נאַצישע מדינה, פֿאָלגט די אַנטיסעמיטשע פּאָליטיק פֿון אירע דײַטשע האַרן און „אַריאַניזירט‟ אַלע ייִדישע געשעפֿטן. די אַלטע ייִדישע אַלמנה מוז איבערגעבן איר געשעפֿט אין גויישע הענט. די טויבע זקנה הייבט אָן צו פֿאַרשטיין, אַז מען וויל צונעמען בײַ איר די חיונה און מסתּמא דאָס לעבן אויך שוין אין לעצטן מאָמענט, ווען מע נעמט די אָרטיקע ייִדן צונויף אויף דער הויפּט־גאַס, זיי אַוועקצופֿירן צום אומקום.

גראָסמאַן און קאַדאַר האָבן נישט געפֿונען קיין סלאָוואַקישע אַקטריסע, וואָס וואָלט געווען מסוגל צו כאַפּן די טיפֿקײט פֿון דער ראָלע. דערפֿאַר האָבן זיי אויסגעקליבן די גרויסע פּוילישע ייִדישע אַקטריסע אידאַ קאַמינסקאַ. סלאָוואַקיש איז זייער ענלעך צו פּויליש, און קאַמינסקאַ האָט גערעדט אינעם פֿילם ייִדיש אויך. ווי געזאָגט, איצט וועט די גרעסטע פּוילישע אַקטריסע, דאַנוטאַ שאַפֿלאַרסקאַ, פֿאַרמעסטן זיך מיט דער זעלבער ראָלע.

אַגבֿ, אויב אונדזערע צועהערער ווילן וויסן ווי סע זעט אויס אַ הונדערט־יאָריקע אַקטריסע, קענען מיר פֿאַרזיכערן אַלעמען, אַז די עלטער האָט זי נישט פֿאַרמיאוסט. זי רעדט, באַוועגט זיך און בכלל פֿירט זיך אויף דער בינע אויף פּונקט ווי די יונגע אַקטיאָרן אַרום איר. אויף אונדז אַלעמען געזאָגט געוואָרן.


אַן אַנטיסעמיטישער אויסבראָך אַרום דעם שאָפּען־פֿאַרמעסט

יונגע פּיאַניסטן פֿון דער גאַנצער וועלט זענען געקומען קיין וואַרשע אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן שאָפּען־פֿאַרמעסט. נאָר צען מענטשן זענען אַריבער צום האַלב פֿינאַל, דאָס רובֿ פֿון זיי טראָגן אַזיאַטישע נעמען. צווישן זיי איז דאָ איין פּאָליאַק צו בלײַבן אינעם פֿאַרמעסט. וואָלט שוין געדאַרפֿט זײַן גוט? ניין. איין קלייניקייט — זײַן נאָמען געפֿעלט נישט אַ סך פּאָליאַקן. דער יונגער פּיאַניסט הייסט שמעון נערינג. האָבן די חבֿרה אַנטיסעמיטן באַשלאָסן, אַז ער איז אַ ייִד.

הכּלל, די אינטערנעץ בושעוועט די טעג מיט גידופֿים־קללות אויפֿן חשבון פֿונעם יונגן פּיאַניסט. איר קענט לייענען טעקסטן ווי, למשל: „דער דאָזיקער שימעלע לייענט העברעיִש און רעדט ייִדיש‟ (מאַכט רש״י: ער קען נישט קיין פּויליש), אָדער: „אויך מיר אַ פּוילישער בירגער‟, אָדער: „דער נאָמען, דאַכט זיך מיר, איז נישט קיין פּוילישער. די נאָז אויך נישט‟, אָדער: „ווי קען אַ ייִד רעפּרעזענטירן פּוילן אויפֿן שאָפּען־פֿאַרמעסט?‟, אָדער „ווי געוויינטלעך, ווערן די ייִדן פּראָמאָווירט אויפֿן חשבון פֿון די אמתע פּאָליאַקן‟, אָדער „מיר וואַרטן שוין אויף אים מיט שלאָגשטעקנס בײַם אַרײַנגאַנג צום קאָנצערט־זאַל‟, און נאָך און נאָך.

אַגבֿ, וואָס וויל מען פֿון זײַן נאָז, ווייס איך נישט. זי איז אפֿשר נישט באַזונדערש שיין, אָבער זי איז דווקא אַ קורצע. אויף דער פֿראַגע, צי שמעון נערינג איז בכלל אַ ייִד, האָבן מיר דערווײַל נישט קיין ענטפֿער. דער גאַנצער סקאַנדאַל איז אָבער נאָך אַ באַווײַז, אַז אַנטיסעמיטן באַדאַרפֿן נישט קיין ייִדן פֿאַר זייער האַס.

צום באַדויערן, גייען קולטור און שׂינאת־ישׂראל אָפֿט האַנט בײַ האַנט. ווער געדענקט נישט ריכאַרד וואַגנערס באַרימטן טעקסט וועגן די ייִדן אין דער מוזיק… וואַגנער גיט דאָרט אַפֿילו אַ קאָנקרעטע עצה, וואָס דאַרף מען טאָן מיט די ייִדן, וואָס האָבן די העזה צו פֿאַרנעמען זיך מיט אַרישער מוזיק. מען דאַרף זיי, זאָגט וואַגנער, פּראָסט און פּשוט פֿאַרטיליקן.