(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דזשײקאָבסאָן איז אַ מײַסטער פֿון רמזים און אָנצוהערענישן. זײַן פּראָזע פֿליסט געלאַסן און זײַנע אימאַזשן זײַנען רײַך מיט פּרטים. מיט יעדער זײַט האַלט אין אײן װאַקסן אַ חשד, אַז עפּעס איז דאָ ניט גלאַט, הגם װאָס פּינקטלעך, בלײַבט ניט קלאָר. קײנער רעדט ניט װעגן דעם אָפֿן, נאָר אַלע האָבן עס אין זינען. דער לײענער קומט צו פֿאַרשטאַנד, אַז דאָס בוך איז אַ משל װעגן דעם ייִדישן חורבן, הגם דאָס װאָרט „חורבן‟ און אַפֿילו „ייִד‟ װערן אינעם בוך קײן מאָל ניט דערמאָנט.
און דאָך, איז דער ראָמאַן ניט װעגן ייִדן און ניט װעגן דעם ייִדישן חורבן. דאָס בוך איז װעגן דער הײַנטצײַטיקער ענגלישער געזעלשאַפֿט, װאָס װערט אַלץ מער אָפּגעזונדערט פֿון דער אַרומיקער װעלט און פֿון דער אײגענער געשיכטע. דזשײקאָבסאָן קריטיקירט דעם באַקװעמען װעלטבאַנעם, װאָס איז מװתּר אױף װאָסער ניט איז פּאָליטישן קאָנפֿליקט און סאָציאַלער סתּירה. די ראַדיאָ שפּילט אָן אַ סוף זיסע סענטימענטאַלע לידער, די ליטעראַטור באַשטײט פֿון קאָכביכער און ליבע־ראָמאַנען, קײנער קומט ניט אַרײַן אינעם לאַנד און קײנער פֿאַרלאָזט עס ניט. מע װױנט אין קלײנע שטעטלעך און דערפֿער, װאָס האָבן בלױז אָרטיקע טעלעפֿאָן־פֿאַרבינדונגען. קײן צײַטונגען, קײן אינטערנעץ, קײן טעלעװיזיע איז אַפֿילו נישטאָ. כּדי צו פֿאַרגלעטן אַלע שפּורן פֿונעם שרעקלעכן אַמאָל, האָט די רעגירונג באַשלאָסן צו בײַטן אַלע נעמען, סײַ פֿון די ערטער און סײַ פֿון די מענטשן. אַלע האָבן באַקומען „ייִדישלעכע‟ נעמען, כאָטש דאָס װאָרט ייִד, אין אײנעם מיט אַנדערע װערטער, װאָס הײבן זיך אָן מיטן אות „J‟, אַזעלכע װי „דזשיזוס‟ און „דזשעז‟, זענען פּשוט פֿאַרשװוּנדן געוואָרן פֿון דער שפּראַך. דער אײנציקער שפּור, װאָס איז פֿאַרבליבן פֿון זײ איז דער צװײ מאָל איבערגעשטראָכענער אות „J‟.
להיפּוך צו אַנדערע אַפּאָקאַליפּטישע און אַנטי־אוטאָפּישע ראָמאַנען, האָט „J‟ ניט קײן שרעקלעכע בילדער און שױדערלעכע געשטאַלטן. דער טאָן בלײַבט כּסדר רויִק און צומאָל שלעפֿעריק. דזשײקאָבסאָן דערװײַזט, אַז דער סאַמע עפֿעקטיװער אופֿן צו האַלטן קאָנטראָל איבער מענטשן איז ניט דורך געװאַלט און צװאַנג, נאָר דורך מאַכן זײ געלאַסן און נאַריש. דער מענטש איז בטבֿע נוטה צו פֿאַרגעסן ניט־אָנגענעמע איבערלעבונגען, בתוכם זײַן אײגענע שולד. אַזױ אַרום איז די פּאָליטיק פֿון פֿאַרגעסן דער בעסטער אינסטרומענט אונטערצוהאַלטן די עפֿנטלעכע אָרדענונג.
איז „J‟ אַ ייִדישער ראָמאַן? יאָ און נײן. דאָס איז, קודם־כּל, אַן ענגלישער ראָמאַן, װאָס געהערט צו דער סאַטירישער טראַדיציע פֿון דזשאָנאַטאַן סװיפֿט ביז דזשאָרדזש אָרװעל. אָבער אַחוץ דעם, פֿאַרמאָגט דזשײקאָבסאָן אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר ייִדישקײט. ער באַהאַנדלט די ייִדישע טעמע מיט אַ סך געניטקײט און בקיאות. דװקא זײַן פֿעיִקײט צו אַנטפּלעקן די אוניװערסאַלע, אַלמענטשלעכע דימענסיע פֿון דער „ייִדישער פֿראַגע‟ מאַכט אים פֿאַר אַ גרױסן שרײַבער, װוּ דער ליטעראַרישער פֿאַרנעם איז ברײטער, אײדער דאָס נאַציאָנאַל־קולטורעלע גערעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.