דער שרײַבער האָװאַרד דזשײקאָבסאָן האָט זיך קונה־שם געווען אין דער ענגלישער ליטעראַטור מיט זײַנע שאַרפֿע איראָנישע און סאַטירישע שילדערונגען פֿון דער מאָדערנער ענגלישער געזעלשאַפֿט. זײַן פֿריִערדיקער ראָמאַן, „דער פֿינקלער־ענין‟, האָט אים געבראַכט די „בוקער־פּרעמיע‟, די העכסטע ליטעראַרישע באַלױנונג אין ענגלאַנד, אין 2010. אין יענעם ראָמאַן האָט ער בולט אַרױסגעשטעלט פֿאַרבאַהאַלטענע אַנטיסעמיטישע געפֿילן און סטערעאָטיפּן, װאָס בלײַבן פֿאַרשפּרײט צװישן דער ענגלישער אינטעליגענץ.
זײַן נײַער ראָמען איז אָנגעשריבן אין אַ גאַנץ אַנדערן סטיל פֿון אַ ליבע־מעשׂה. די האַנדלונג קומט פֿאָר אין אַן אױסגעטראַכט לאַנד, װאָס טראָגט געװיסע שפּורן פֿון הײַנטיקן ענגלאַנד. אױף דער מאַפּע פֿון אױסגעטראַכטער ליטעראַרישער געאָגראַפֿיע ליגט דזשײקאָבסאָנס לאַנד ערגעץ צװישן דזשאָרדזש אָרװעלס „1984‟ און טאָלקינס „האָביט‟. דאָ איז אַ סך מער פֿרײַהײט אײדער בײַ אָרװעלן פֿאַר פּריװאַטע יחידים, װאָס באַװױנען געמיטלעכע דערפֿער און שטעטלעך ענלעך אױף טאָלקינס „שײַר‟.
די אײנציקע עפֿנטלעכע ספֿערע, װאָס די מלוכה קאָנטראָלירט, איז דער זכּרון. מע טאָר ניט פֿאַרמאָגן צו פֿיל זאַכן, װאָס דערמאָנען אין דעם עבֿר, און מען טאָר ניט אַפֿילו רעדן װעגן געװיסע פֿאַרגאַנגענע געשעענישן. אין תּוך גענומען, איז דאָס אַפֿילו ניט קײן אמתע געשעעניש: דער אָפֿיציעלער באַגריף איז „דאָס, װאָס איז געשען, אױב עס איז יאָ געשען‟. אָבער אַקעגן װאָס גײט עס, קאָן מען זיך קײן מאָל ניט דערװיסן קאָנקרעט. די צװײטע מאָדנע זאַך אין אָט־דעם אױסגעטראַכטן לאַנד איז, אַז אַלע טראָגן דאָ ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען, כאָטש די ערשטע נעמען זײערע קלינגען ניט ייִדיש. די ייִשובֿים זײַנען אױך אָנגערופֿן לױט די תּנ”כישע פֿיגורן, װי „פּאָרט־ראובֿן‟ אָדער „סײנט־עבֿר‟.
די האַנדלונג אַנטװיקלט זיך פּאַמעלעך. מע קומט צו באַקענען זיך מיט די הױפּט־העלדן קעװערן כּהן און אײלין סאָלאָמאָנס, מיט זײערע שכנים אין דעם קלײנעם פֿישער־דאָרף ערגעץ אױפֿן ברעג ים, װאָס קײן אַנדער ברעג האָט עס ניט. דאָס לעבן שלעפּט זיך לאַנגזאַם, הגם לעצטנס זענען דאָ געשען אַ פּאָר פֿאַרברעכנס. דער פּאָליצײ־אינספּעקטאָר גוטקינד פֿאַרנעמט זיך מיט דער אױספֿאָרשונג. בהדרגה דערװיסט זיך דער לײענער אַלץ מער װעגן דעם טשיקאַװן לעבנס-שטײגער פֿון די תּושבֿים. די רעגירונג האַלט אונטער שלום און סדר דורכן אױסמעקן װאָסער ניט איז אָנדענק װעגן דער פֿאַרגאַנגענהייט און דערשטיקן פּאָליטישע טעטיקײט. אױף דעם האָט דאָס לאַנד אַ ספּעציעלן „אָפּטײל פֿאַר אױפֿפּאַסן אױף דער עפֿנטלעכער שטימונג‟, װאָס האַלט אַן אויג אױף די פֿאַרדעכטיקטע אַקטיװיטעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.