אַזוי איז שוין געשען, אַז אין סעפּטעמבער איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אַ היפּש ביסל צײַט אין קעשענעוו, וואָס איז געבליבן פֿאַר מיר אַ היימישע שטאָט, וווּ כ׳האָב פֿאַרבראַכט 58 יאָר, ס׳רובֿ פֿון מײַן לעבן. דאָ, אין קעשענעוו, האָב איך אַקטיוו זיך באַטייליקט די לעצטע 25 יאָר אין דער ייִדישער טעטיקייט, וואָס האָט מיך געמאַכט באמת גליקלעך.
שוין צוויי יאָר, אַז איך וווין אין ישׂראל, צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי, קינדער און אייניקלעך; אָבער פֿאָרט רײַס איך נישט איבער די שאַפֿערישע און פֿרײַנדלעכע פֿעדעם מיט דער הויפּטשטאָט פֿון מאָלדאָווע. שוין דאָס צווייטע מאָל קום איך אויף אַ באַזוך, כּדי אונטערצוהאַלטן די טראַדיציע, אײַנגעפֿירט פֿונעם שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, דורכצופֿירן אינעם דאָרטיקן ייִדיש־צענטער די טרויער־אַקאַדעמיע אין אָנדענק פֿון די אומגעבראַכטע ייִדישע טוער און שרײַבער דעם 12 אויגוסט 1952. איך האַלט עס פֿאַר מײַן פּערזענלעכן חובֿ צוליב דעם, וואָס מײַן מאַמע, די ייִדישע דיכטערין ליובע וואַסערמאַן, האָט אַ סך געליטן אין יענער צײַט, צעטיילנדיק דעם ביטערן גורל מיט אַנדערע אירע פּען־ברידער אין סטאַלינס „גולאַג‟.
הײַיאָר האָב איך זיך באַטייליקט אינעם רעקוויעם־קאָנצערט, דורכגעפֿירט אינעם קעשענעווער ייִדישן קהילה־צענטער, אין איינעם מיט מײַנע פֿרײַנד און קאָלעגן, וווּנדערלעכע מוזיקער און זינגער. לויט דער אײַנגעפֿירטער טראַדיציע האָב איך געלייענט מײַן מאַמעס לידער און אָנגעצונדן אַ ליכט אין איר אָנדענק. אויפֿן אַנדערן טאָג בין איך שוין געווען בײַ איר קבֿר אויפֿן סקוליאַנער ייִדישן בית־עולם. דאָרט האָט אויך געפֿונען זײַן אייביקע רו דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן.
וואָס קאָן מען זאָגן? אַוודאי, זײַנען נאָך געבליבן אין קעשענעוו אַלטע לײַט, וואָס רעדן ייִדיש; עס וווינט דאָרט אויך מײַן גוטער חבֿר און ייִדישער זינגער סלאַוואַ פֿאַרבער; אָבער יענער זאַפֿטיקער בעסאַראַבער מאַמע־לשון, וואָס פֿלעגט זיך הערן בעת די ליטעראַרישע אָוונטן מיט יחיאל שרײַבמאַנען, איז צום גרויסן באַדויערן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. די טרויעריקע געפֿילן כאַפּן מיך אַרום יעדעס מאָל, ווען כ׳גיי איבער די רוישיקע גאַסן פֿון דער שטאָט.
אָבער נישט נאָר צוליב ייִדיש. אויף די גאַסן אַליין איז אַ רחמנות צו קוקן און שרעקלעך צו גיין. כ׳דערצייל מײַנע בני־עיר דאָ אין ישׂראל, אַז אין קעשענעוו גלוסט זיך צו גיין מיט אַ פֿאַרריסענעם קאָפּ; דעמאָלט קען מען כאָטש זען ווי שיין איז דער הימל און די קרוינען פֿון ביימער, וואָס פֿאַרדעקן דיך מיט קילע שאָטנס, וואָס פֿעלן אַזוי אויס אין ישׂראל. איין קלייניקייט, אַבי נישט צעברעכן זיך דעם קאָפּ, ווײַל די טראָטואַרן זײַנען, נעבעך, צעקלאַפּט און צעשלאָגן! כ׳בין שוין אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט, נאָר אין קיין איין שטאָט האָב איך נישט געזען, אַז די אויטאָס זאָלן אַזוי פֿלינק און פֿרײַ פֿאָרן דאָרט, וווּ מענטשן גייען צו פֿוס.
אין דער זעלבער צײַט, בײַ דער אַלגעמיינער אָרעמשאַפֿט, בעטלערס אויף שריט און טריט, ווילדע פּרײַזן אויף בענזין — האַלט די צאָל פּריוואַטע אויטאָס אין איין שטיגן; דעריבער האָב איך אַזעלכע פֿאַרשטאָפּטע וועגן ווי אין מאָלדאָווע נישט געזען אַפֿילו אין ישׂראל.
אַ שווערן אײַנדרוק מאַכט דער מאַרק פֿון אַלטוואַרג, דאַכט זיך, דער גרעסטער אין גאַנץ אייראָפּע. ער פֿאַרנעמט אַ ריזיקן שטח אינעם ראַיאָן פֿון דער אײַזנבאַן־סטאַנציע. פֿון איין זײַט, רײַסט זיך אין הימל אַרײַן דער דענקמאָל לכּבֿוד דעם לעגענדאַרן רויטן גזלן, קאָטאָווסקי אויפֿן פֿערד, און פֿון דער אַנדערער זײַט מאַרק האָט מען נישט לאַנג צוריק אויפֿגעשטעלט אַן אַנדער דענקמאָל — די קרבנות פֿון סטאַלינס־רעפּרעסיעס אין מאָלדאָווע. זעט אויס, אַז די מוניציפּאַלע מאַכט האָט ווייניק געטראַכט וועגן דעם היסטאָרישן אַספּעקט פֿון די צוויי היפּוכדיקע דענקמעלער, וואָס קוקן אויפֿן נישטיקן לעבן פֿון די הײַנטיקע קעשענעווער אײַנוווינער.
נאָך מער: ס׳האָט זיך געשאַפֿן בײַ מיר אַן אײַנדרוק, אַז די מאַכט און דאָס פֿאָלק וווינען אין פֿאַרשידענע וועלטן. דערפֿאַר קומען פֿאָר שיִער נישט יעדן טאָג פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אויפֿן צענטראַלן שטאָט־פּלאַץ פֿון מענטשן, וואָס קאָנען שוין מער נישט אויסהאַלטן די הויכע שטײַערן אויף קאָמונאַלע באַדינונגען, די קאָרופּציע פֿון ביוראָקראַטן און גנבֿות; שוין אָפּגערעדט, וועגן די נידעריקע פּענסיעס און געהאַלטן. כ׳האָב מיט מײַנע אייגענע אויגן געזען הונדערטער געצעלטן, וואָס שטייען שוין דאָ כּמעט צוויי חדשים. די פּראָטעסטירנדיקע טאָגן און נעכטיקן אין זיי, פֿאָדערנדיק, אַז דער פּרעזידענט, פּאַרלאַמענט און די גאַנצע רעגירונג זאָל דעמיסיאָנירן, און עס זאָלן דורכגעפֿירט ווערן נײַע וואַלן.
און דאָך, האָב איך דערזען אין קעשענעוו אַ ליכטיקן שטראַל, כ׳מיין, דעם אינטערנאַציאָנאַלן מוזיקאַלישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אויפֿן נאָמען פֿון דער גרויסער זינגערין מאַריאַ ביעשו. ער קומט יערלעך פֿאָר אָנהייב סעפּטעמבער. איך בין געווען אויף דרײַ אָפּערע־פֿאָרשטעלונגען און זיך געפֿרייט, וואָס עס ווערט נישט אויסגעשעפּט די מאָלדאַווישע ערד פֿון טאַלאַנטן. ס׳האָט זיך אויך פֿאַרגעדענקט דער אָוונט אינעם ייִדישן קולטור־צענטער „קדם‟, געווידמעט דעם 10טן יוביליי פֿון דער אָרגאַניזאַציע. עס גלײבט זיך אַפֿילו נישט, אַז די צײַט איז אַזוי גיך דורכגעלאָפֿן.
און נאָך איין אָרט, וואָס ציט מיך ממש קיין מאָלדאָווע — דער צענטראַלער מאַרק, וואָס איז פֿאַרפֿלייצט מיט געשמאַקע פֿרוכטן און גרינוואַרג, צו וועלכע איך בין אַזוי צוגעוווינט געוואָרן פֿאַר די צענדליקער יאָרן. אמת, די פּרײַזן בײַסן זיך, אָבער דער מעניו פֿון אונדזער טיש, מײַן ווײַב און איך, איז במשך פֿון דעם חודש באַשטאַנען מערסטנס פֿון זאַפֿטיקע, זיסע פּאָמידאָרן און שעפּסענער ברינדזע — טעם גן־עדן! וואָס שייך דעם דעסערט, האָבן מיר זיך צוגעכאַפּט צו די דופֿטיקע פֿערעשקעס, האָניק־זיסע באַרן און פֿלוימען, און אַוודאי, מוסקאַט־ווײַנטרויבן…
מאָלדאָווע איז רײַך מיט שוואַרצערד און ווייכן קלימאַט; דאָס פֿאָלק איז פֿלײַסיק און עס זײַנען דאָ אַלע מעגלעכקייטן צו פֿאַרוואַנדלען דאָס שיינע וועלט־ווינקעלע אין אַן אַנטוויקלט אייראָפּעיִש לאַנד. וויל זיך טאַקע גלייבן, אַז אין מײַן קומענדיקן באַזוך, מירטשעם, וועל איך דאָרט געפֿינען אַ סך ענדערונגען צום גוטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.