פּאָליגלאָטן רעדן ייִדיש

Polyglots Speak Yiddish

יעקבֿ־פּרץ בלומס פּרעזענטאַציע וועגן דעם חסידישן ייִדיש בעת דער ניו־יאָרקער קאָנפֿערענץ פֿון פּאָליגלאָטן
Twitter
יעקבֿ־פּרץ בלומס פּרעזענטאַציע וועגן דעם חסידישן ייִדיש בעת דער ניו־יאָרקער קאָנפֿערענץ פֿון פּאָליגלאָטן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

צום באַדויערן, טרעפֿן זיך אין דער הײַנטיקער גלאָבאַליזירטער וועלט מער ווי גענוג פֿאַרקערטע פֿאַלן, ווען פֿיל־שפּראַכיקע מענטשן שטרעבן איבערצוגעבן דעם יונגן דור זייער מאַמע־לשון און אַ סבֿיבֿה, וווּ עס הערשט ענגליש צי אַן אַנדער פּאָפּולערע וועלט־שפּראַך. אויף דער פּאָליגלאָט־קאָנפֿערענץ האָט מען געוויזן אַ פֿילם וועגן די לאַקאָטע־אינדיאַנער, וואָס ווילן אָפּהיטן זייער שפּראַך. מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג זיי בגוואַלד אַסימילירט, צוגענומען די לאַקאָטע־קינדער און געשיקט אין מלוכישע אינטערנאַטן, וווּ די לערער האָבן זיי כּסדר געשלאָגן, אויב זיי האָבן ווײַטער גערעדט אויף זייער מאַמע־לשון. נישט געקוקט אויף די ביטערע רדיפֿות, זענען אין אַמעריקע נאָך אַלץ פֿאַראַן בערך 6,000 לאַקאָטע־רעדער.

אַ פּאָליגלאָט איז אַ מענטש, וואָס קען צום ווייניקסטן 3—4 שפּראַכן. הגם אַ סך מענטשן אין דער וועלט באַטראַכטן עס ווי אַ גרויסע דערגרייכונג, איז עס אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור אַ טייל פֿונעם געוויינטלעכן טאָג־טעגלעכען לעבן. אַ דורכשניטלעכער ישיבֿה־בחור דאַרף קענען ייִדיש, פֿאַרשטיין לשון־קודש און דעם תּלמודישן אַראַמיש, און זײַן באַקאַנט מיט דער אַרומיקער שׂפֿת־המדינה. הגם די העברעיִסטן אין ארץ־ישׂראל האָבן געפּרוּווט אײַנצופֿירן און פֿאַרשפּרייטן אַן איין־שפּראַכיקע קולטור — צומאָל דורך בפֿירושע צוואַנג־מיטלען, וואָס דערמאָנען אין די דערמאָנטע רדיפֿות אויף די לאַקאָטע־אינדיאַנער — בלײַבט ניו־יאָרק, איינע פֿון די סאַמע פֿיל־שפּראַכיקע שטעט אין דער וועלט, אַ צענטער פֿון דער טראַדיציאָנעלער „פּאָליגלאָטישער‟ ייִדישקייט.

די ערשטע אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליגלאָטן־קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אין בודאַפּעשט, מיט צוויי יאָר צוריק. אינעם יאָר 2014 האָט מען זי דורכגעפֿירט אין נאָווי־סאַד, סערביע.