פּאָליגלאָטן רעדן ייִדיש

Polyglots Speak Yiddish

יעקבֿ־פּרץ בלומס פּרעזענטאַציע וועגן דעם חסידישן ייִדיש בעת דער ניו־יאָרקער קאָנפֿערענץ פֿון פּאָליגלאָטן
Twitter
יעקבֿ־פּרץ בלומס פּרעזענטאַציע וועגן דעם חסידישן ייִדיש בעת דער ניו־יאָרקער קאָנפֿערענץ פֿון פּאָליגלאָטן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

דעם 10טן און 11טן אָקטאָבער איז אינעם ניו־יאָרקער טעאַטער בײַ דער „שול פֿון וויזועלער קונסט‟ (SVA) פֿאָרגעקומען די יערלעכע אינטערנאַציאָנעלע קאָנפֿערענץ פֿון פּאָליגלאָטן — קענער פֿון עטלעכע שפּראַכן. אויפֿן צווייטן טאָג פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג, 11 אַזייגער אינדערפֿרי, האָט יעקבֿ־פּרץ בלום, אַ באַקאַנטער ייִדיש־אַקטיוויסט, וועלכער פֿאַרנעמט אַ פֿירנדיקע ראָלע אין אַ צאָל ייִדישיסטישע פּראָיעקטן, אויפֿגעטראָטן מיט אַ 55־מינוטיקער לעקציע וועגן דעם אונטערשייד צווישן די צוויי באַזונדערע גרופּעס ייִדיש־רעדער אין ניו־יאָרק: די חסידים און די וועלטלעכע ייִדישיסטן.

ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ניו־יאָרקער קולטור זינט דעם 19סטן יאָרהונדערט, ווען אינעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן און אַנדערע קוואַרטאַלן פֿון דער שטאָט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די הײַנטיקע ניו־יאָרקער ייִדיש־רעדער וווינען אין אַ סבֿיבֿה, וווּ עס הערשט די מעכטיקסטע וועלט־שפּראַך, ענגליש, היטן זיי אָפּ פּרינציפּיעל זייער אוניקאַל לשון און באַנוצן זיך דערמיט אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן. פֿאַקטיש, זענען אינעם הײַנטיקן ניו־יאָרק פֿאַראַן צוויי מינים ייִדישלאַנד: דאָס חסידישע און דאָס ייִדישיסטישע.

די אַנדערע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ האָבן דערציילט וועגן דער שפּראַך־אַדאַפּטאַציע פֿון די מיטל־מיזרחדיקע פּליטים אין אייראָפּע, דער ראָלע פֿון דער שפּראַך אינעם אויספֿאָרשן די מאָרדן און אַנדערע פֿאַרברעכנס, דעם סאָציאַלן מצבֿ פֿון פֿיל־שפּראַכיקע געגנטן און משפּחות, דעם סטאַטוס פֿונעם אייגנאַרטיקן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שמועס־ענגליש און אַנדערע אַקטועלע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿיל־שפּראַכיקייט. אַ טייל מומחים לערנען זיך אויס פֿאַרשיידענע שפּראַכן צוליב אַן אַקאַדעמישן אָדער פּערזענלעכן אינטערעס. מיליאָנען אַנדערע מענטשן אַרום דער וועלט ווערן אָבער פֿון קינדווײַז אָן דערצויגן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ מע באַנוצט זיך כּסדר מיט דרײַ אָדער נאָך מער אינגאַנצן באַזונדערע לשונות. צוליב פֿאַרשיידענע סיבות שטויסן זיי זיך אָן אין געוויסע סיטואַציעס, ווען מע מוז זיך באַקענען מיט נײַע שפּראַכן, כּדי צו געפֿינען אַן אַרבעט אָדער זיך צוגעוווינען צו אַן אַנדער לאַנד.