מוזיק פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט

Music from a Lost World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

כּדי צו הערן אויסצוגן פֿונעם אַלבאָם זעט:

Album Launch: “Chekhov’s Band” by Jewishmusicinstitute on Mixcloud

זינט דעם אַזוי־גערופֿענעם „אויפֿלעב‟ פֿון דער „קלעזמער‟־מוזיק אין די 1970ער יאָרן האָבן סײַ די מזויק־קריטיקער, סײַ די קלעזמאָרים אַליין אַ סך באַטראַכט די „אויטענטישקייט‟ פֿון דער מוזיק, וואָס זיי האָבן געשפּילט און ווידער פּאָפּולאַריזירט. די נײַע אַמעריקאַנער קלעזמאָרים פֿון די 1970ער יאָרן האָבן פֿאַקטיש געהאַט אַ צוטריט צו בלויז צוויי קוואַלן, פֿון וואַנען זיי האָבן געקענט זיך אויסלערנען די מוזיק: פֿון די דעמאָלט־לעבעדיקע מוזיקער, ווי דער קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס, און די רעקאָרדירונגען פֿון אַזעלכע מוזיקער, ווי נפֿתּלי בראַנדווײַן, אייב שוואַרץ און שלומקע בעקערמאַן, וואָס מע האָט פֿריִער געהאַט געמאַכט אין אַמעריקע. קיין סך קלעזמער־רעקאָרדירונגען, געמאַכט דווקא אין מיזרח־אייראָפּע, זענען ניט געווען בנימצא און די פּאָר עקזיסטירנדיקע זענען ניט געווען ברייט צוטריטלעך. צוליב דעם האָט מען באמת ניט געוווּסט, ווי אַזוי עס האָט געקלונגען די קלעזמער־מוזיק, פֿאַר דעם וואָס זי איז אָנגעקומען אין אַמעריקע.

דער מצבֿ האָט זיך לעצטנס דראַסטיש געביטן, אַ דאַנק דעם נײַעם קאָמפּאַקטל „טשעקאָווס קאַפּעליע‟, וואָס שטעלט פֿאָר 24 קלעזמער־לידער, געשפּילט דורך פּראָפֿעסיאָנעלע קאַפּעליעס, רעקאָרדירט איבער דער לענג און ברייט פֿון מיזרח־אייראָפּע במשך פֿון די יאָרן 1908־1913. דער אַלבאָם, וואָס די פֿירמע Renair האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט, זאַמלט צונויף לידער פֿון פֿאַרשידענע פּלאַטעס, וואָס עס האָט לכתּחילה אַרויסגעלאָזט די פֿירמע „גראַמאַפֿאָן‟, צום מערסטנס, אויף איר מאַרקע (בל עז „לייבל‟) „זאָנאָפֿאָן‟ האַרט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. די אַלע רעקאָרדירונגען ליגן שוין מער ווי הונדערט יאָר אינעם EMI־אַרכיוו אין הייעס, ענגלאַנד, וווּ קיינער האָט זיי דורות־לאַנג ניט געהערט.

פֿאַקטיש האָט מען ביז לעצטנס אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז אַזעלכע רעקאָרדירונגען געפֿינען זיך דאָרטן, ווײַל קיינער האָט ניט קאַטאָלאָגירט די מיליאָנען פּלאַטעס פֿונעם אַרכיוו. אַ דאַנק אָבער דער מי פֿונעם דיסקאָגראַף אַלען קעלי, וואָס האָט אַליין קאַטאַלאָגירט די רעקאָרדירונגען במשך פֿון העכער 40 יאָר, האָט דער עקספּערט פֿון ייִדישער דיסקאָגראַפֿיע מיכאל איילוואַרד געקענט אויסזוכן די ייִדישע רעקאָרדירונגען, וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן אינעם EMI-אַרכיוו.

איילוואַרד האָט טאַקע געפֿונען זייער אַ סך רעקאָרדירונגען, וואָס מע האָט בכלל ניט געהאַט געמיינט, אַז זיי זענען ערגעץ־וווּ נאָך דאָ. פֿאַר דעם, אָבער, וואָס ער האָט געקענט זיך צוהערן צו די רעקאָרדירונגען, האָט ער געדאַרפֿט זיך פֿאַרמעסטן מיטן EMI-אַרכיוו, וואָס האָט אַרויפֿגעלייגט שווערע תּקנות אויף דעם, ווי אַזוי מע מעג דיגיטאַליזירן די רעקאָרדירונגען. נאָך יאָרן פֿון פֿאַרשפּעטיקונגען, איז דער פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן און אַרויסלאָזן די רעקאָרדירונגען רעאַליזירט געוואָרן, אַ דאַנק דעם פּראָדוצענט דזשוליען פֿוטער, וואָס האָט געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיטן אַרכיוו, און דערמעגלעכט זײַן פֿירמע Renair אַרויסצולאָזן די רעקאָרדירונגען.

„די דאָזיקע זאַמלונג גיט אונדז זייער אַ פֿאַרגרעסערטע פּערספּעקטיוו איבער דעם, וואָס עס איז געווען דער מצבֿ פֿון קלעזמער־מוזיק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה‟, האָט דערקלערט ד׳׳ר דזשאָעל רובין, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק־פֿאָרשטעלונג בײַם ווירדזשיניער אוניווערסיטעט אין טשאַרלאָטסוויל און איינער פֿון די וועלט־עקספּערטן אין דער געשיכטע פֿון קלעזמער־מוזיק, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. מע קען בולט הערן, אַז די השערה, אַז די קלעזמער־מוזיק איז ׳קאָרומפּטירט געוואָרן׳ נאָך דעם, וואָס זי איז אָנגעקומען אין אַמעריקע, איז ניט ריכטיק. פֿאַקטיש, זענען דאָ געווען פֿאַרשידענע אויסטוישן צווישן די שפּילער, דירעקטע השפּעות פֿון די אייראָפּיִשע מוזיקער אויף די אַמעריקאַנער און פֿאַרקערט‟.

דזשאָעל רובין
דזשאָעל רובין

רובין האָט ווײַטער דערקלערט, אַז די רעקאָרדירונגען זאָגן עדות אַז די קלעזמער־טראַדיציע איז שוין געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקע אין אייראָפּע. „עס זענען געווען אין אייראָפּע פֿאַרשידענע סטילן און פֿאַרשידענע היסטאָרישע שיכטן. דער סטיל, וואָס איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די 1910ער און 1920ער יאָרן, איז געווען אַן עכטער אייראָפּעיִשער סטיל, זייער אַקטועל אין יענער צײַט. מע קען עס הערן אויפֿן דאָזיקן קאָמפּאַקטל. דערצו, קען מען אויך הערן עלטערע סטילן. ביידע האָבן עקזיסטירט אין דער זעלביקער צײַט און מע הערט אַזאַ מין צוזאַמענשטויס צווישן די עסטעטיקן פֿון פֿאַרשידענע דורות קלעזמאָרים‟.

פֿאַרן דאָזיקן אַלבאָם האָט מען קיינמאָל פֿריִער ניט געהערט אַ היסטאָרישע רעקאָרדירונג פֿון אַ „טאַקסים‟ — אַ פֿאָרעם פֿון ניט־מעטרישע אימפּראָוויזאַציע, באַזירט אויף די קלעזמער־מאָדאַלישע גאַמעס. אינעם ליד „פֿאַנטאַזיע אויף אַ ייִדישער מעלאָדיע‟ קען מען הערן ווי דער אויסגעצייכנטער פֿידלער יאַשע געגנער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דורות־קלעזמאָרים, האָט געשפּילט זײַן „טאַקסים‟ דעם 30סטן אויגוסט 1913 אין פּאָלטאַווע (אוקראַיִנע). אַן אויסגעשולטער קלאַסישער מוזיקער האָט יאַשע שפּעטער עמיגרירט קיין אַמעריקע און געשפּילט אינעם „לאָס־אַנדזשעלעסער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער‟ אונטערן נאָמען דזשעקאָב געגנאַ.

נאָך אַן אויסערגעוויינטלעכער מוזיקער אויפֿן אַלבאָם איז דער קלאַרנעט־שפּילער „טיטנשנײַדער‟, וועמענס ערשטער נאָמען בלײַבט אומבאַקאַנט. דער ווירטואָז, וואָס שפּילט זעקס לידער אויפֿן אַלבאָם, שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַרשידענע סטילן. „קיינער פֿון אונדז האָט בכלל ניט געהערט פֿון טינטנשנײַדער‟, האָט רובין דערקלערט. „זײַן סטיל איז אַנדערש, עפּעס פֿון אַ מער טראַדיציאָנעלער פֿאַזע, מיט אַ סך אָרנעמענטאַציע. ס׳איז מער אַלטמאָדיש, מיט מער וויבראַטאָ. ער איז גאָר אַן אינטערעסאַנטער שפּילער‟.

געוויסע לידער אינעם אַלבאָם דערמאָנען אַפֿילו נאָך עלטערע קלעזמער־טראַדיציעס. אינעם 19סטן יאָרהונדערט איז דער סאַמע־באַקאַנסטער קלעזמער געווען אַהרן־משה כאָלאָדענקאָ, באַקאַנט ווי „פּעדאָצער‟. כאָטש פּעדאָצער איז געשטאָרבן אין 1902, פֿאַר דעם וואָס מע האָט אים געקענט רעקאָרדירן, קען מען אינעם אַלבאָם יאָ הערן צוויי פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס. איינע פֿון זיי, מײַסטערהאַפֿטיק געשפּילט דורכן פֿידלער יאַשע געגנער, איז באַזירט אויפֿן ניגון פֿון די „תּקון חצות‟ און הייסט טאַקע „חצות‟. די דאָזיקע תּפֿילה, וואָס מע זאָגט יעדע נאַכט ווי אַן אויסדרוק פֿון צער איבערן חורבן בית־המקדש, איז פּאָפּולער צווישן די חסידים, און פּעדאָצער, אַ פֿרומער חסיד, האָט מיט דער קאָמפּאָזיציע דערמאָנט אין זײַנע חסידישע וואָרצלען.

נאָך אַ ליד אינעם אַלבאָם מיט שטאַרקע חסידישע וואָרצלען איז דאָס „חסידל‟ (אַ מין פּאַמאַלעכער „פֿריילעכס‟) „דער טאַלנער רבי‟, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד דעם טאַלנער רבי דוד טווערסקי (1808־1882). דאָס ליד האָט אפֿשר אָנגעשריבן דער באַקאַנטער חזן און קאָמפּאָזיטאָר פֿון זײַן הויף יוסף (יאָסל) טאַלנער (1838־1902).

אַנדערע לידער אינעם אַלבאָם פֿאַררופֿן זיך אויף באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אַ „שער‟ אינעם אַלבאָם נעמט אַרײַן דעם ניגן פֿונעם באַקאַנטן פֿאָלקסליד „אוי אַבֿרהם‟, כּדי צו העלפֿן די טענצער בעסער צו פֿאָלגן דעם ריטעם. נאָך אַ טאַנץ־ליד, אַ „קאַראַהאָד‟, וועבט אַרײַן אויף אַן ענלעכן אופֿן דעם רעפֿרען פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד „דעם גנבֿס ייִחוס‟, צוזאַמען מיט אַ קרימיש־טאָטערישן ליד.

קוקנדיק איבער די פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון אַלע לידער, וואָס קומען צוזאַמען מיטן קאָמפּאַקטל, זעט מען בולט ווי פֿאַרשידנאַרטיק עס זענען געווען די השפּעות אויף דער קלעזמער־מוזיק. „די רעקאָרדירונגען באַשטעקטיקן, דאָס וואָס מיר האָבן שוין געוווּסט וועגן דער ׳אינטערקולטורעלער׳ און מולטי־עטנישער נעץ, פֿון וואַנען די מוזיק האָט געשטאַמט‟ האָט רובין דערקלערט. „מע הערט, בפֿרט אין אַזעלכע ערטער ווי בוקאָווינע, בעסעראַביע און גאַליציע, וווּ אַ סך מינדערהייט־עטנישע גרופּעס האָבן געוווינט צוזאַמען, ווי אַזוי זייערע מוזיקאַלישע סטילן האָבן משפּיע געווען איינער אויפֿן אַנדערן. איין ליד, למשל, ׳פֿריילעכע נעכט אין טשאַנטאַן׳ איז אַן אויפֿפֿירונג פֿון אַ ליד, וואָס מע האָט לכתּחילה רעקאָרדירט אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל אין 1905… בכלל האַלט איך, אַז די גרעסטע דרויסנדיקע השפּעה אויף די דאָזיקע לידער איז די גרעכיש־טערקיש־רומענישע, דאָס הייסט, וואָס מע האָט געשפּילט אין „קליין־אַזיע‟ (אַנאַטאָליע), איסטאַנבול און אַרום דעם שוואַרצן ים, וווּ די ייִדן האָבן געטיילט זייערע סטילן מיט די גריכישע, אַרמענישע, בולגאַרישע און טערקישע מוזיקער‟.