מיט צוואַנציק יאָר צוריק, אין ירושלים, איז אַ יונגע פֿרוי, מיט אַ קינד אין וועגעלע, אַרײַנגעקומען אינעם ביוראָ פֿונעם דיין, נח קאָרמאַן, און אים געבעטן, ער זאָל זי פֿאַרטיידיקן פֿאַרן בית־דין בעת איר גט.
ווען ער האָט זי געפֿרעגט, וווּ זי וווינט, האָט זי נישט געוווּסט וואָס צו זאָגן, ווײַל מיט צוויי וואָכן פֿריִער איז זי געהאַט אַנטלאָפֿן פֿון איר מאַן, וואָס האָט זי אָפֿט געשלאָגן. זי האָט געהאָפֿט אײַנצושטיין בײַ טאַטע־מאַמע, אָבער איר מאַמע האָט איר געהייסן צוריקגיין צום מאַן. אַ סאָציאַלער אַרבעטער האָט איר געעצהט צו גיין אין אַ מקום־מיקלט פֿאַר געשלאָגענע ווײַבער, אָבער זי האָט דאָרט נישט געקענט בלײַבן, ווײַל מע האָט נישט געהיט שבת אָדער געהאַט כּשר עסן פֿאַר איר משפּחה. איז זי „אײַנגעשטאַנען‟ אין פֿאַרשידענע האָטעל־פּאַרטערן איבער ירושלים.
„כ׳בין געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט קאָרמאַן געזאָגט. „מיר האָט זיך געדאַכט, אַז געשלאָגענע פֿרומע פֿרויען האָבן אַן אָרט וווּהין צו גיין, פּונקט ווי די סעקולערע פֿרויען.‟
צום סוף, האָט ער געפֿונען אַן עלטערע פֿרוי, וואָס האָט געזוכט אַ געהילף אין שטוב, האָט די פֿרוי מיטן קינד זיך אַרײַנגעצויגן אין איר דירה, בעת קאָרמאַן האָט איר געהאָלפֿן מיטן גט. ער האָט אויך אָנגעהויבן באַזוכן די סעקולערע אַזילן פֿאַר געשלאָגענע פֿרויען איבערן לאַנד (2 פֿאַר אַראַבישע פֿרויען, און 10 פֿאַר ייִדישע ישׂראלים) און ס׳האָט געמאַכט אויף אים אַ טיפֿן אײַנדרוק, וואָס די ערטער האָבן נישט בלויז אויסבאַהאַלטן די פֿרויען, אָבער זיי געגעבן לעגאַלע שטיצע און געהאָלפֿן זיי זיך אויסהיילן פֿון זייערע פֿיזישע און גײַסטיקע וווּנדן.
אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן „בת־מלך‟ — די איינציקע נעץ פֿון אַזילן פֿאַר פֿרומע פֿרויען, וואָס זייערע מענער שלאָגן זיי. „בת־מלך‟, וואָס האָט הײַנט צוויי לאָקאַלן — איינער אין ירושלים, און אַ צווייטער אין צענטראַל־ישׂראל, האָט שוין באַדינט טויזנט פֿרויען און 4,500 קינדער. די ישׂראלדיקע רעגירונג באַצאָלט בערך אַ העלפֿט פֿון די הוצאות פֿון „בת־מלך‟, און דאָס איבעריקע דאַרף מען זאַמלען פֿון פּריוואַטע קוואַלן.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס דאַרפֿן פֿרומע פֿרויען זייער אייגענעם אַזיל, ווען די סעקולערע ערטער טוען פּונקט אַזאַ גוטע אַרבעט? איז דער ענטפֿער אַזאַ: ערשטנס, וואָלט געווען טראַוומאַטיש צו נייטן אַ פֿרומע פֿרוי מיט אירע קינדער צו גיין אין אַן אַזיל, וואָס פֿאַרשטייט נישט זייערע רעליגיעזע באַדערפֿענישן. צווייטנס, אויב אַ פֿרוי גייט אין אַ סעקולערן אַזיל, קאָן דער בית־דין עס אויסניצן קעגן איר. קאָרמאַן האָט דערציילט וועגן איין פֿרומער פֿרוי, וואָס האָט זיך טאַקע אַרײַנגעצויגן אין אַ סעקולערן מקום־מיקלט, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון איר מאַן, און מיט אַ וואָך שפּעטער איז איר מאַן געגאַנגען צו אַ דין־תּורה און געטענהט, אַז די קינדער ווערן אויסגעשטעלט צו סעקולערע השפּעות אין יענעם אַזיל, און דער בית־דין האָט טאַקע באַשלאָסן אַוועקצונעמען די קינדער פֿון דער מאַמען און זיי איבערגעבן דעם טאַטן. ס׳האָט געדויערט דרײַ חדשים, ביז מע האָט די קינדער אומגעקערט צו דער מאַמען.
אין ישׂראל שאַפֿט זיך אַ געוויסע קאָנקורענץ צווישן מאַן און ווײַב אין אַזאַ סיטואַציע, וואָס שייך דער פֿראַגע, ווער ווענדט זיך צום געריכט צו ערשט. פֿאַר די פֿרויען איז בעסער צו גיין אין אַ ציווילן משפּחה־געריכט, וואָס נעמט, געוויינטלעך, אָן די קריוודע פֿון דער מאַמען, בעת די מענער גייען גיכער צו אַ בית־דין, ווײַל דאָרט פּסקנט מען, בדרך־כּלל, אַז ס׳איז בעסער, די מאַן־און־ווײַב זאָלן זיך נישט גטן.
קאָרמאַן געפֿעלט שטאַרק די אַרבעט פֿון אַ ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע, Shalom Task Force, וואָס פּרוּווט אינפֿאָרמירן די אָרטאָדאָקסישע רבנים און פֿרומע ייִדן בכלל וועגן דער פּראָבלעם, געשלאָגענע ווײַבער אין דער פֿרומער וועלט. למשל, די אָרגאַניזאַציע פּובליקירט אָפֿט אַ רעקלאַמע אין די פֿרומע צײַטונגען, אינפֿאָרמירנדיק די לייענער וועגן זייערע באַדינונגען פֿאַר געשלאָגענע פֿרויען. „דאָ איז ישׂראל וואָלט אַזאַ זאַך געווען אוממעגלעך,‟ האָט ער געזאָגט.
דערצו שאַפֿט זיך אַן אַנדער פּראָבלעם: צוליב דעם וואָס פֿרומע פֿרויען טוען זיך תּמיד אָן צניעותדיק, מיט לאַנגע אַרבל, הויכע קאָלנערס, און שוואַרצע זאָקן, קען מען נישט זען די פֿיזישע צייכנס פֿונעם מאַנס ברוטאַליטעט.
איין פֿרוי, וואָס הייסט שׂרה, האָט דערציילט, אַז נאָך זעקס און אַ האַלב יאָר וואָס איר מאַן האָט זי געשלאָגן, איז זי מיט אירע פֿיר קינדער אַנטלאָפֿן צו „בת־מלך‟ און האָט דאָרט געפֿונען אַ רויִקע, וואַרעמע סבֿיבֿה, וווּ מע האָט איר געגעבן לעגאַלע שטיצע, פּסיכאָטעראַפּיע און אַפֿילו „זומבאַ‟־טאַנצקלאַסן. נאָך זיבן חדשים, האָט „בת־מלך‟ געפֿונען פֿאַר איר אַ דירה און עס מעבלירט. שׂרה אַרבעט הײַנט ווי אַ געהילף אין אַ טאָגהיים און באַקומט וווילפֿאַרזאָרג־טשעקן פֿון דער רעגירונג, ווײַל איר מאַן האָט זיך אָפּגעזאָגט צו באַצאָלן פֿאַרן אויפֿזיכט פֿון די קינדער.
אמת, נישט קיין אידעאַלע סיטואַציע, אָבער פֿאָרט בעסער ווי דער קאָשמאַר, וואָס זי האָט פֿריִער איבערגעלעבט. „זי איז איצט שטאַרקער, מער אומאָפּהענגיק און שטייט אויף די אייגענע פֿיס,‟ האָט קאָרמאַן געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.