אין דער אַמבאַסאַדע פֿון מעקסיקע אין אַרגענטינע איז דינסטיק, דעם 20סטן אָקטאָבער, געװיזן געװאָרן דער פֿילם „אַ װיזע צום גן־עדן‟, װאָס ליליאַן ליבערמאַן האָט געמאַכט לכּבֿוד זשילבערטאָ באָסקעס, מעקסיקאַנער קאָנסול אין פֿראַנקרײַך צװישן 1939 און 1944.
באָסקעס האָט פֿאַרטיילט װיזעס צו טויזנטער רעפּובליקאַנער, ייִדן, פֿראַנצויזן, לבֿנונער, איטאַליענער און פֿיל אַנדערע, װאָס זײַנען געװען פֿאַרפֿאָלגט דורכן נאַציזם. באָסקעס איז געװען אין קאָנטאַקט מיט שינדלערן און איז אַרעסטירט געװאָרן צוזאַמען מיט זײַן משפּחה פֿון דער „געסטאַפּאָ‟. מיטגעהאָלפֿן אין דער אָרגאַניזאַציע פֿונעם אָװנט האָבן די „דאַיאַ‟, די אַמבאַסאַדע פֿון דער שװייץ און דער פֿאַראיין פֿון פֿרויען און מענער פֿון אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן אין אַרגענטינע. דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער האָט באַדאַנקט די אָנװעזנדיקע, צװישן װעלכע עס האָבן זיך געפֿונען די אַמבאַסאַדאָרן פֿון אַ צען לענדער, און אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט פֿון אַזעלכע צוזאַמענקומען. באָסקעס אייניקל, האַנס פּעטער מאָק, אַמבאַסאַדאָר פֿון דער שװייץ, האָט אויך באַגריסט דעם עולם מיט רירנדיקע װערטער.
די טעכנישע שול „אָרט‟ און די „צדקה־פֿונדאַציע‟ זײַנען אויסגעצייכנט געװאָרן דורך דער „דאַיאַ‟, מאָנטיק דעם 19טן אָקטאָבער, פֿאַר זייער אַרבעט לטובֿת דעם כּלל און זייער בײַטראָג פֿאַר די טעטיקייטן פֿון דער אינסטיטוציע. פֿאָרשטייער פֿון די דרײַ אינסטיטוציעס האָבן אויך אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך פֿאַר קומענדיקע געמיינזאַמע אונטערנעמונגען.
מיטװאָך, דעם 21סטן אָקטאָבער, האָט דער זשורנאַליסט און פֿאָרשער כוליאַן שװינדלערמאַן געהאַלטן אַ לעקציע אין דער בוענאָס־אורעסער קהילה װעגן איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם. אין זײַן װאָרט האָט ער אַנאַליזירט דעם אָפּמאַך מיט די װעלט־פּאָטענצן, און װאָס מיינט דאָס פֿאַר ישׂראל און פֿאַרן גאַנצן ראַיאָן. ער האָט פֿאַרגלײַכט דעם מצבֿ ערבֿ דער צװייטער װעלט־מלחמה און זײַנע אויספֿירן זײַנען ניט געװען קיין אָפּטימיסטישע. אויך די באַציִונגען צװישן סיריע און רוסלאַנד שטייען אויפֿן טאָג־אָרדענונג און דאַרפֿן גענומען װערן אין באַטראַכט, פּונקט װי די „אינטיפֿאַדע‟, װאָס לויערט אויף דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג מיט מעסערשטעך.
די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין דורית שבֿיט, האָט דינסטיק, דעם 20סטן, געהאַלטן אַ לעקציע אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע װעגן דער איצטיקער לאַגע אין ישׂראַל. דער עולם האָט געהאַט די מעגלעכקייט צו שטעלן פֿראַגעס, װאָס די אַמבאַסאַדאָרין האָט אויף זיי ברייט געענטפֿערט. זי האָט באַרויִקט די אָנװעזנדיקע און געװאָרנט, אַז אָט די סיטואַציע װעט זיך לאַנג שלעפּן, אָבער אַז די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג איז רויִק און שטייט אויף דער װאַך. אויך האָבן אָנטיילגענומען אין דעם שמועס אַנדערע ישׂראלים, װאָס זײַנען באַשעפֿטיקט אויף פֿאַרשיידענע פֿעלדער אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.
אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, איז דורכגעפֿירט געװאָרן דעם 12טן און 13טן אָקטאָבער אַ סעמינאַר פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור מיט דער באַטייליקונג פֿון דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװאָ און דער ישׂראַלדיקער זינגערין מאַרינאַ יאַקובאָװיטש. עס האָט עס אָרגאַניזירט די גרופּע „מאַמע־לשון‟ און די קהילה אין מאָנטעװידעאָ מיט דער שטיצע פֿון דעם װילנער ייִדיש־צענטער, װאָס דער ייִדישער װעלט־קאָנגרעס האָט געשאַפֿן מיטן ציל צו סטימולירן דעם לימוד פֿון ייִדיש און פֿאַראינטערעסירן דעם עולם מיט דער ייִדישער קולטור. בײַ אַ פֿולן זאַל האָט דער עולם גענאָסן פֿון די לעקציעס און קאָנצערטן, און ממש געפֿאָדערט נאָך אַזעלכע אונטערנעמונגען.
דער ראַבינער־סעמינאַר האָט געעפֿנט אַ קאָנקורס פֿון אַרבעטן פֿאַר יוגנטלעכע. די טעמעס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, און די געװינערס װעלן האָבן די מעגלעכקייט זיך צו באַטייליקן אין אַ צװיי־חדשימדיקן זומער־קעמפּ פֿון דער קאָנסערװאַטיװער באַװעגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
יהודה חיט איז אַ רבֿ, װאָס האָט פֿאַרשריבן זײַנע איבערלעבונגען במשך פֿון צען יאָר נאָכן גירוש־שפּאַניע. דאָס בוך „מנחת יהודה‟ איז לעצטנס פּובליקירט געװאָרן, און הרבֿ יוסף ביטאָן האָט אים פּרעזענטירט מיטװאָך דעם 21סטן אָקטאָבער, אין דער געמיינדע „אור תּורה‟. דאָס בוך דערציילט וועגן חיטס רײַזע פֿון שפּאַניע קיין פֿעז, מאַראָקאָ און דאָס אַנטלויפֿן פֿון דאָרטן איבער פֿאַרפֿאָלגונגען קיין מאַנטאָװאַ, איטאַליע, װוּ ער שטאַרבט אַרום 1510. זײַן בוך האָט געהאָלפֿן אויפֿקלערן און פֿאַרשפּרייטן די קבלה.
פֿרײַטיק דעם 16טן אָקטאָבער האָט די גרופּע „קאָנװערגענץ (צונויפֿקום) — פֿאַר אַ פּלוראַליסטישער און הומאַניסטישער ייִדישקייט‟, דערמאָנט די 75 יאָר פֿון טשאַרלי טשאַפּלינס פֿילם „דער גרויסער דיקטאַטאָר‟, װען ער האָט שאַרף רעאַגירט קעגן היטלערן. אונטער דער לאָזונג „װען שאַרלאָט האָט אָנגעהויבן צו רעדן‟ האָט מען געװיזן און אַנאַליזירט דעם פֿילם, װאָס איז פּראָזשעקטירט געװאָרן צום ערשטן מאָל דעם 16טן אָקטאָבער 1940.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.