צווישן די שאַפֿערישסטע קינסטלער אין ענגלאַנד הײַנטיקע טעג זענען די זינגערין פּאָלינאַ שעפּהערד און איר מאַן, דער קלאַרנעטיסט — מערלין שעפּהערד. במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר האָבן זיי אַרויסגעגעבן אַ צאָל רעקאָרדירונגען סײַ פֿון פֿאָלקסלידער, סײַ פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס צו דער ייִדישער פּאָעזיע. מיר וואַרטן מיט גרויס חשק אויף אַ נײַעם קאָמפּאַקטל, וואָס זיי האָבן רעקאָרדירט צוזאַמען מיטן זינגער לאָרין סקלאַמבערג פֿון ניו־יאָרק. דערווײַל וועלן מיר אַ קוק טאָן אויף צוויי רעקאָרדירונגען, וואָס זענען אַרויס במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר.
פּאָלינאַ שעפּהערד איז געבוירן געוואָרן אין קאַזאַן, די הויפּטשטאָט פֿון טאַטאַרסטאַן, אין סיביר. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ סבֿיבֿה, פֿול מיט דער פֿאָלקמוזיק פֿון צוויי קולטורן — די ייִדישע און רוסישע, און נעמט אַרײַן לידער פֿון ביידע אין אירע רעקאָרדירונגען. נאָך דער „פּערעסטרויקע‟ האָט זי געזונגען מיט דער גרופּע „שׂימחה” ביזן יאָר 2000. זי איז געוואָרן די אָנפֿירנדיקע דיריגענטין אין רוסלאַנד פֿון ייִדישע כאָרן, און אַחוץ דעם, אַרומגעפֿאָרן מיט איר וואָקאַלן קוואַרטעט „אַשכּנזים‟. מיט דער גרופּע האָט דער ניו־יאָרקער עולם זיך באַקענט מיט איר צום ערשטן מאָל מיט אַן ערך 10 יאָר צוריק.
מערלין שעפּהערד איז אַן ענגלענדער און שטאַמט פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. שוין לאַנג שפּילט ער קלאַרנעט אין אַ קלעזמערישן סטיל, אָבער נעמט אויך אָנטייל אין גרופּעס, וואָס שפּילן טערקישע און גריכישע מוזיק. באַקאַנט איז ער ווי אַ לערער פֿון קלעזמער־קלאַרנעט, און האָט יאָרן לאַנג זיך באַטייליקט אין דעם „קלעזקעמפּ‟ אין ניו־יאָרק, ווי אויך אין קלעזמער־וואַרשטאַטן אין קיִעוו, פּעטערבורג און מאָסקווע. אויף זײַן קאָמפּאַקטל „מעשׂיות פֿון דער קישקע‟, האָט ער רעקאָרדירט זײַנע אייגענע קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס אין אַ טראַדיציאָנעלן סטיל מיט די קלעזמאָרים פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
פּאָלינאַ און מערלין שעפּהערד האָבן זיך באַזעצט אין ברײַטאָן, ענגלאַנד, נישט ווײַט פֿון לאָנדאָן. דאָס פּאָרל האָט געשאַפֿן אַ גאָר אָריגינעלן פּראָיעקט, אין וועלכן מע האָט געוויזן זעלטענע אַלטע שטום־פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט, וואָס מע האָט געמאַכט אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע צווישן 1910 און 1927. זיי האָבן קאָמפּאָנירט אָריגינעלע פֿילם־מוזיק און פֿאָרגעשטעלט די פֿילמען, שפּילנדיק דערבײַ; פּאָלינאַ שעפּהערד אויף דער פּיאַנע, מערלין שעפּהערד — אויפֿן קלאַרנעט.
ווי אַ סאָלאָ־אַרטיסט האָט פּאָלינאַ שעפּהערד אַרויסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל „מיט דרײַ יאָרהונדערט צוריק‟ [Three Centuries Ago] אין 2014. די רעקאָרדירונג נעמט אַרײַן סײַ ייִדישע, סײַ רוסישע לידער. די ייִדישע לידער באַשטייען פֿון טעקסטן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע מיט אירע אָריגינעלע מעלאָדיעס. צו די רוסישע לידער האָט זי געשאַפֿן סײַ די מוזיק, סײַ די ווערטער. די ייִדישע ווערטער האָט שעפּהערד גענומען פֿון כּלערליי מקורים: צו דוד איינהאָרנס באַקאַנט ליד „בעריאָזקע‟, האָט זי קאָמפּאָנירט אַ נײַעם רירנדיקן ניגון; צום סאָוועטיש־ייִדישן פּאָעט אָשר שוואַרצמאַנס ליד „נאַכט באַהויערט‟ האָט זי געשאַפֿן אַ פֿאָלקישע מעלאָדיע מיט אַ צוזינג פֿון „יאַ־באַ־באַ־בײַ‟. און צום פֿאָלקסליד, „דו ביסט מײַן האַרץ‟, האָט זי אויך געשאַפֿן אַ נײַע מעלאָדיע מיט אַ האָראַ־ריטעם.
מערלין שעפּהערד באַגלייט די לידער אויפֿן סאַקסאָפֿאָן אָדער קלאַרנעט. אינעם שטיקעלע „אַײַ־אײַ־אײַ‟ הערט מען אַן אינסטרומענט, וואָס מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט אין דער קלעזמער־מוזיק — אַ דודקע, געשפּילט פֿון ראָהאַן קריוואַטשעק. „אַײַ־אײַ־אײַ‟, איז אַ נײַן־מינוטיקע אימפּראָוויזאַציע צווישן פּאָלינאַ שעפּהערדס קול און פּיאַנע, מערלין שעפּהערדס סאַקסאָפֿאָן און דער דודקע. די אַראַנזשירונג איז סײַ פֿאָלקיש, סײַ דזשעזיש, און צוליב דער דודקע קלינגט די מוזיק אַמאָל טאַקע גאָר אַלט, אַפֿילו פּרימיטיוו. ווי אַ צוגאָב צו די רוסישע און ייִדישע לידער, ווײַזט פּאָלינאַ שעפּהערד אירע חזנישע פֿעיִקייטן מיט איר אויסטײַטש פֿון דער תּפֿילה „אָבֿינו מלכּנו‟. איר קול צייכנט זיך אויס מיט זײַן שטאַרקייט און געפֿיל סײַ בײַ די רוסישע, סײַ בײַ די ייִדישע לידער.
מיט פֿיר יאָר צוריק האָט דאָס שעפּהערד פּאָרל אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג נײַע קאָמפּאַזיציעס און לידער, וואָס הייסט „אַ גרעזל‟ [A Blade of Grass]. פּאָלינאַ איז אינספּירירט געוואָרן פֿון רבי נחמן בראַסלאָווערס ווערטער, „יעדעס גרעזל האָט זײַן אייגענע מעלאָדיע, און פֿון דעם ווערט געשאַפֿן דעם פּאַסטוכס לידער‟ (אַ ווערטערשפּיל, ווײַל פּאַסטוך אויף ענגליש איז „שעפּהערד‟). די רעקאָרדירונג שטעלט דעם טראָפּ אויף פּאָלינאַס נײַע שאַפֿונגען מיט אַ גײַסטיקן אינהאַלט, אָבער מען קען אויך הערן ייִדישע און רוסישע לידער פֿון פּאָלינאַ שעפּהערד, און מוזיקאַלישע שאַפֿונגען פֿון מערלין שעפּהערד, געשפּילט אויף זײַן קלאַרנעט.
אויף דער הילע פֿונעם קאָמפּאַקטל „דאָס גרעזל‟ שטייט, אַז מע קען הערן אין דער מוזיק אויף דער רעקאָרדירונג די השפּעות פֿון טערקײַ, רוסלאַנד, דעם תּחום־המושבֿ און טאַטאַרסטאַן, דאָס געבוירן־לאַנד פֿון פּאָלינאַ. איך בין נישט באַקאַנט מיט דער מוזיק פֿון טאַטאַרסטאַן, אָבער איך וואָלט געטראָפֿן, אַז אינעם קול פֿון דער זינגערין, הערט מען אַ ביסל בכּיוונדיקע „ווילדקייט‟, וואָס דערמאָנט, לויט מײַנע אויערן, אין די טאָטערן.
דרײַ לידער אויף ייִדיש זענען איבערזעצונגען פֿון „תּהילים‟ און איינס — מיט די ווערטער פֿון אַ תּפֿילה. מערלין שפּילט מיטן עכטן קנייטש און קרעכץ און באַגלייט פּאָלינאַס חזניש „טאָטאַריש‟ קול. אַלע מאָל איז גוט צו הערן נײַע לידער אויף ייִדיש און נײַע מעלאָדיעס, און די רעקאָרדירונגען פֿון די שעפּהערדס איז אָנגעפּיקעוועט מיט פֿרישע און נאָוואַטאָרישע שאַפֿונגען; אַ פֿײַנער בײַשטײַער צו דער ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.