דער וויץ וואָס האָט שוין אַ באָרד, איז וועגן דעם ייִד, וועלכער איז מיט לאַנגע יאָרן צוריק אָנגעקומען מיט אַ שיף קיין עליס־אײַלענד פֿון יענער זײַט ים, צוזאַמען מיט ייִדישע אימיגראַנטן. האָט מען אים געראַטן צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע ווי הייסטו? — איזי דזשייקאָבס. און ווי נאָר ער איז צוגעקומען צום אויספֿאָרשער, וועלכער האָט געוואָלט וויסן ווי ער הייסט, איז אים דער „איזי דזשייקאָבס‟ אַרויס פֿון קאָפּ, האָט ער זיך געגעבן אַ טראַסק אין שטערן און אויסגערופֿן: „שוין פֿאַרגעסן!‟ — האָט אים דער אַמעריקאַנער גוי רעגיסטרירט ווי „שאָן פֿערגוסאָן.‟ שוין פֿאַרגעסן. ווי געזאָגט, די מעשׂה האָט שוין אַ באָרד.
די טעג האָב איך געזען אַן אינטערעסאַנטן, פֿראַנצייזישן פֿילם, וווּ מען האָט אויפֿגעדעקט דעם סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז די פֿראַנצייזישע היטלעריסטן האָבן געהאָלפֿן צעראַבעווען די קונסט־בילדער פֿון ייִדישע היימען. נאָך מײַן אויסלויבן איר דעם פֿילם, פֿרעגט מיך מײַן באַקאַנטע:
„ווי הייסט דער פֿילם?‟ זאָג איך איר: „כ׳זאָל אַזוי נישט וויסן פֿון קיין צרות ווי כ’געדענק נישט, עפּעס אַ פֿראַנצייזישער נאָמען, כ׳האָב שוין פֿאַרגעסן!‟
דער אמת איז, אַז איך האָב ביז אַהער געהאַט אַ געזונטן זכּרון, כ’מיין, אַז די פֿלאָרידער זון טריקנט אויס מײַנע געהירן. ווי עס זאָל נישט זײַן, „אָלצהיימער‟־קרענק האָט צו טאָן, ווען מ’ווייסט נישט צו וואָס עס טויגן די שליסעלעך און וווּ ס’געפֿינט זיך די קיך. דערציילט מען מיר דאָ די גרויסע פֿלאָרידיאַנער כעלעמער־חכמים אַ וויץ פֿון דרײַ עלטערע ייִדן, וועלכע טרעפֿן זיך אין פּאַרק און פֿאַרגלײַכן זיך מיט זייער זכּרון. זאָגט איין חכם:
„דאַכט זיך מיר, אַז איך ווער עובֿר־בטל.‟
„וואָס איז די מעשׂה?‟ האָבן יענע געוואָלט וויסן.
פֿאַרגלאָצט דער ערשטער חכם די אויגן און מאַכט: „די זאַך איז אַזאַ — איך גיי אַרײַן אין קיך מאַכן זיך פֿרישטיק. עפֿן אויף דעם פֿרידזשידער, און הייב נישט אָן צו וויסן, וואָס איך זוך דאָ. אָבער, קנאַק אויף האָלץ (אַ גוייִשער מיטל צו פֿאַרהיטן זיך פֿון אַן עין־הרע), , קנאַק! קנאַק! קנאַק! געלויבט צו גאָט, איך בין געזונט און שטאַרק.‟
רופֿט זיך אָפּ דער צווייטער חכם: „איך לײַד אויף דער זעלביקער אָנשיקעניש, איך גיי אין ’סופּערמאַרקעט‘ קויפֿן פּראָדוקטן, מיטאַמאָל דערזע איך זיך שטיין אין דרויסן, וווּ די זון פּאַליעט מכּות־רצח, און איך זשמורע מיט די אויגן, דער עיקר, פֿאַרשטיי איך נישט, וואָס איך טו דאָ. אָבער קנאַק אויף האָלץ, קנאַק! קנאַק! קנאַק! געלויבט צו גאָט, איך בין בײַם בעסטן געזונט.‟
רופֿט זיך אָפּ דער דריטער חכם־בלילה: „אוי חבֿרה, חבֿרה! וואָס טוט זיך מיט אײַך? מיר זײַנען דאָך אַלע אין זעלבן עלטער, געזונט און שטאַרק, איך גיי צו צום פֿרידזשידער, נעם אַרויס וואָס איך דאַרף, גרייט זיך צו מײַן פֿרישטיק ווי אַלעמאָל, איך גיי אין ׳סופּערמאַרקעט׳, קויף אײַן אַלץ וואָס איך באַדאַרף, קנאַק! קנאַק! קנאַק אויף האָלץ… קומט אַרײַן!!!”
איין מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זײַן בײַ אַ פֿאָרשטעלונג אין ייִדישן טעאַטער, קומט צו מיר צו אַן עלטערע פֿרוי און מאַכט:
„איר זײַט מרים האָפֿמאַן פֿונעם ’פֿאָרווערטס‘, נישט אמת?‟ שאָקל איך צו מיטן קאָפּ אויף יאָ. לאָזט זי מיך נישט אָפּ:
„איך בין שוין למען השם 95 יאָר אַלט און דאָס מאָל זע איך אײַך ממש לעבעדיקערהייט.‟ קום איך איר אונטער:
„95, ווי איז דאָס מעגלעך?‟
ענטפֿערט זי מיר: „דאָס איז דערפֿאַר, ווײַל איך בין נאָך קיין מאָל נישט געשטאָרבן!‟
איין פֿרוי דערציילט מיר:
„איר ווייסט, מײַן באָבע איז געווען זייער אַ קאַרגע פֿרוי, דער עיקר, ווען ס׳איז געקומען צו צדקה. איין מאָל, ווען איך בין נאָך געגאַנגען אין ’הײַ־סקול‘, בין איך געקומען אַהיים און געזאָגט:
„באָבע! קענסט אפֿשר מיטקומען מיט מיר מאָרגן אין קלאַס, די לערערין גייט רעדן וועגן סעקס!‟ האָט זיך די באָבע אַ רגע פֿאַרטראַכט און זיך אָפּגערופֿן:
„קינד מײַנס! איך האָב שוין געגעבן!‟
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, דאָס פֿאַרגעסן איז נישט קיין געלעכטער, ס׳איז אַן אָפּקומעניש. אינטערעסאַנט, איך שטיי אַמאָל פֿאַר אַ קלאַס סטודענטן און קען בשום־אופֿן זיך נישט דערמאָנען דאָס וואָרט, וואָס איך זוך. און פֿאַרוואָס? ווײַל אַנשטאָט דעם וואָרט וואָס איך זוך, קומט מיר אַנטקעגן דאָס זעלבע וואָרט אויף ענגליש, אָדער אויף רוסיש, אָדער אויף העברעיִש, אָדער אפֿילו אויף פּויליש. דאָס אַלץ נעמט נישט מער ווי אַ רגע ביז דאָס וואָרט, וואָס איך זוך, דערמאָנט זיך צו באַווײַזן, אָן אַן איבערבעטן זיך, ווײַזט מיר די צונג און רוף מיך קנאַק־ניסל.
מײַנע גוטע טעלעפֿאָנישע פֿרײַנד קלאָגן זיך אויך אויף דער זעלבער צרה ־ זיי פֿאַרגעסן. טרייסט מען זיך, אַבי מיר געדענקען נאָך צו וואָס עס דינען די שליסעלעך, מען איז נאָך נישט עובֿר־בטל. אמת, מ’ווערט טאַקע עלטער און עס לעשן זיך אויס די לעמפּעלעך אין מוח, וווּ זשע געפֿינט מען אָבער די זאַפּלקעס זיי צוריק אָנצינדן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.