(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די מעשׂה הײבט זיך אָן אין בערלין, װאָס איז לעצטנס געװאָרן אַ פּאָפּולערע שטאָט צװישן יונגע אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע ייִדן. ליויִס־קראַוס האָט גוט באַמערקט אָט די נײַע ייִדישע פֿאַרכאַפּטקײט מיט דער דײַטשישער הױפּטשטאָט. אינעם אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זאָגט ער, זײַנען דאָס רובֿ ייִדן אין בערלין געװען פֿון מיזרח־אײראָפּע. זײ זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין געשעפֿטן און ניט געהאַט קײן פֿרײַע צײַט. איצט, פֿאַרקערט, קומען די ייִדן קײן בערלין פֿון מערבֿ, דער עיקר, פֿון אַמעריקע, און זײ טרײַבן בטלנות.
אין בערלין פֿילן זיך די אַמעריקאַנער ייִדן שטאָלץ מיט זײער ייִדישקײט, כאָטש אין אַמעריקע האָט עס זײ לגמרי ניט געאַרט. איּן בערלין װערן זײ די „אַמבאַסאַדאָרן‟ פֿון דער ייִדישער געשיכטע און קומען צו באַגריסן די דײַטשן פֿאַר דעם, װאָס יענע האָבן גובֿר געװען זײער עבֿר. און די דײַטשן, פֿאַרקערט, שטאָלצירן מיט זײער אָנמעכטיקײט: „צו זײַן ניט קײן נאַצי איז געװאָרן דער עיקר פֿון זײער אידענטיטעט‟. יונגע אַמעריקאַנער קומען קײן בערלין, כּדי צו אַנטלױפֿן פֿון די טאָג־טעגלעכע דאגות פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן. דאָ קאָנען זײ זיך פֿירן װי פֿרײַע קינסטלער און אָפּגעבן זיך מיט טרינקען און הוליען.
דער בערלינער־אַמעריקאַנער לעבנס־שטײגער איז דעם מחבר באַלד דערעסן געוואָרן, און ער האָט זיך געלאָזט קײן שפּאַניע. דאָ שלעפּט ער זיך צו פֿוס, טאָג–אײַן טאָג–אױס, איבער בערג און טאָלן צו דעם הײליקן קלױסטער פֿון סאַנט־יאַגאָ. דאָס איז אַן אַנדער מין סאַטירע, װאָס מאַכט חוזק פֿון דער הײַנטיקער מאָדע אױף זוכן רוחניות; אָבער דער סאַמע לעבעדיקער טײל אינעם בוך איז דער לעצטער, װאָס באַשרײַבט דעם באַזוך פֿון „ציון‟, װי מען רופֿט ר’ נחמנס קבֿר אין אומאַן. די דאָזיקע דערפֿאַרונג איז אַנדערש פֿונעם קריסטלעכן אָדער יאַפּאַנישן עולה־רגל זײַן. „דאָס איז אַזאַ מין ציבור, װאָס לאָזט דיך ניט אַרױסװײַזן װער דו ביסט‟. אין אומאַן מוז מען זיך אונטערװאַרפֿן דעם חסידישן מינהג און פֿאָלגן די כּללים. די עולי־רגל פֿון אַמעריקע, אײראָפּע און ישׂראל לאָזן זײערע משפּחות אין דער הײם, כּדי צו פֿאַרברענגען דעם אָנהײב פֿונעם נײַעם יאָר אינעם אײגענעם ייִדישן ציבור. דער דאָזיקער ריטואַל פֿאַרשטאַרקט סײַ זײער ייִדישקײט, סײַ זײער מענערישקײט.
ליויִס־קראַוס איז אַ בעל־דברן פֿאַרן יונגן דור פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, װאָס איז געקומען „נאָך אַלעמען‟. די שלאַכטן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאַרבײַ: פֿרױען האָבן פֿולע רעכט, די האָמאָסעקסואַליסטן זײַנען אָנערקענט, קאָמוניזם איז צעשטערט, און די גאַנצע װעלט איז אָפֿן. ייִדישקײט אין אַמעריקע האָט ניט קײן טעם־וריח, און כּדי זי צו דערפֿרישן, דאַרף מען זיך לאָזן אין עקזאָטישע מקומות, קײן בערלין, כינע, יאַפּאַן, אָדער גאָר גײן צו פֿוס צו אַ קאַטױלישן קלױסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.