פּונקט מיט צוויי יאָר צוריק, אין אָקטאָבער 2013, איז געשטאָרבן דער אַמעריקאַנער מוזיקער, זינגער, און מחבר פֿון ייִדישן אָפּשטאַם — לו ריד. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1943 אין ברוקלין, מיטן נאָמען לויִס אַלען ראַבינאָוויטש, וואָס זײַן טאַטע האָט געביטן אַ יאָר שפּעטער אויף „ריד‟, און איז אויפֿגעוואָקסן אין לאָנג־אײַלענד. יונגערהייט האָט דער יונגער לויִס באַוויזן אַ בונטאַרישע נטיה צו ראָק־ענד־ראָל מוזיק, ליב געהאַט לעדערנע זשאַקעטן און מאָטאָציקלען נוסח מאַרלען בראַנדאָ, און פֿלעגט בכּיוונדיק שפּילן מיט זײַן סעקסועלער אידענטיטעט אויף צולהכעיס זײַנע עלטערן.
זײַן טאַטע, אַ בוכהאַלטער, און זײַן מאַמע, אַ געוועזענע שיינקייט־מלכּה, האָבן אים חושד געווען, אַז זייער זון איז אַ האָמאָסעקסואַליסט, און אים זיך אַנטקעגנגעשטעלט, ער זאָל ווערן אַ מוזיקער. האָבן זיי געלאָזט די דאָקטוירים אים „היילן‟ דורך עלעקטראָשאָק־טעראַפּיע, אַ טראַוומע, וואָס ריד האָט זײַנע עלטערן קיינמאָל נישט געקאָנט מוחל זײַן.
אין סיראַקיוז-אוניווערסיטעט, וווּ ריד האָט שטודירט ענגלישע ליטעראַטור, איז ער שטאַרק באַווירקט געוואָרן פֿון זײַן פּראָפֿעסאָר דעלמאָר שוואַרץ. שוואַרץ האָט זיך באַרימט געמאַכט ווי אַ מחבר, וואָס איז אויך געווען די אינספּיראַציע פֿונעם העלד אין סאָל בעלאָס ראָמאַן „הומבאָלטס מתּנה‟ (Humboldt’s Gift), וועגן אַ ייִדישן אַמעריקאַנער מחבר, וואָס זעט אומעטום אַנטיסעמיטיזם. ריד איז געוואָרן דערמוטיקט פֿון שוואַרצן, און נאָכן קאָלעדזש איז ער אַריבער אין ניו-יאָרק, מיטן ציל צו אַרבעטן אין דער מוזיק-אינדוסטריע, ספּעציעל אינעם געביט פֿון שרײַבן טעקסטן צו לידער.
אין מיטן די 1960ער יאָרן האָט ער, מיט דזשאָן קייל, געגרינדעט די ראָק־גרופּע „דער סאַמעט-אונטערגרונט‟ (Velvet Underground). די גרופּע האָט צוגעגעבן צו די הויכער קינסטלערישע אַספּיראַציעס און טענדענצן פֿון אירע מיטגלידער, מיטן פּרימיטיוון טעמפּאָ, וואָס איז עיקרדיק צו ראָק-מוזיק. רידס „טונקעלע‟ טעקסטן, זייער ווײַט פֿון זײַן פֿאָרשטאָטישער דערציִונג, האָבן באַהאַנדלט דאָס האַרטע ניו-יאָרקער גאַסן-לעבן, מיט גאַסן-פֿרויען, נאַרקאָטיק און כּלערליי עטנישע גרופּעס.
אַ דאַנק דער קאָמבינאַציע פֿון אָט די עלעמענטן איז די גרופּע געוואָרן אַ בני-בית בײַם קרײַז פֿונעם באַרימטן ניו-יאָרקער קינסטלער אַנדי וואָרהאָל. דאָרט האָט ריד געטראָפֿן די דײַטשישע זינגערין ניקאָ, וואָס האָט אים תּיכּף צוגעצויגן מיט איר מערבֿ-אייראָפּעיִשן אויסזען און מידות. ער און ניקאָ האָבן קאָנקורירט צווישן זיך, ווער ס’וועט אין דער גרופּע שפּילן „דעם ערשטן פֿידל‟ (ריד האָט אויך אָנגעשריבן די טעקסטן און געשפּילט גיטאַר), און אויף אַ קורצער צײַט זענען זיי אויך געוואָרן אַ פּאָר. נאָר גאָר גיך איז איר נימאס געוואָרן רידס באַציִונג צו איר, און זי האָט בפֿרהסיא אַרויסגעזאָגט, אַז „איך קען נישט ווײַטער שלאָפֿן אין איין בעט מיט אַ ייִד‟.
דער עמאָציאָנעלער ריד איז, אַפּנים, אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שטיקל מרה-שחורה צוליב דער דאָזיקער באַמערקונג, און זינט דעמאָלט האָט ער אויך אויפֿגעהערט צו שרײַבן לידער פֿאַר ניקאָ. פֿריִער האָט ער פֿאַר איר אָנגעשריבן אַזעלכע לידער ווי „פֿעם-פֿאַטאַל‟, „איך וועל זײַן דײַן שפּיגל‟ און אַנדערע. די גאַנצע געשיכטע האָט אָבער גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט דעם, אַז ניקאָ האָט געקאָנט האָבן אין איר משפּחה געוועזענע נאַציס.
„דער סאַמעט-אונטערגרונט‟, אומבאַקאַנט אין די טעטיקע יאָרן, האָט בדיעבֿד באַקומען די אָנערקענונג ווי איינע פֿון די השפּעהדיקסטע גרופּעס אין דער געשיכטע פֿון ראָק-מוזיק. בפֿרט איז איר השפּעה מערקווירדיק בײַ די פּאָנק-ראָק גרופּעס, וווּ עס פֿלעגן שפּילן אַ סך ייִדן, ווי עס ווערט געשילדערט אין סטיווען ביבערס בוך „אַ באַהאַלטענע געשיכטע פֿון ייִדישן פּאָנק‟ (The Heebie-Jeebies at CBGB’s: A Secret History of Jewish Punk) פֿון 2006.
אין משך פֿון די 1970ער יאָרן, און אין די ווײַטערדיקע יאָרצענדליקער, האָט לו ריד אַנטוויקלט אַ דערפֿאָלגרײַכע סאָלאָ-קאַריערע; זײַן אַלבום „טראַנספֿאָרמאַטאָר‟ (1972, Transformer) האָט זוכה געווען צו אַ גרויסער הצלחה.
איין מאָל אין לעבן האָב איך אַליין געהאַט דאָס גליק צו זען לו ריד אויף דער בינע. דאָס איז געווען אין 2010, בשעת ריד איז שוין געווען 68 יאָר אַלט, און האָט דעמאָלט טאַקע נישט אויסגעזען פֿויגלדיק. לײדער, איז דאָס אויך נישט געווען קיין ראָק-קאָנצערט. ריד האָט זיך באַטייליקט אין אַ פּאַנעל בעתן ייִדישן פֿילם-פֿעסטיוואַל אין לינקאָלן-צענטער, נאָכן ווײַזן דעם קורצן דאָקומענטאַר „די רויטע שירלי‟ (Red Shirley), וואָס ריד האָט געמאַכט וועגן זײַן קרובֿה שירלי נאָוויק, צו איר 100סטן געבוירן-טאָג.
נאָוויק איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן, און איז אַנטלאָפֿן פֿון דאָרט קיין אַמעריקע בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה (אירע שוועסטער זענען געקומען קיין פּאַלעסטינע). בײַם אָנהייב פֿונעם פֿילם זאָגט שירלי, אַז דעם פֿילם ווידמעט זי די מענטשן אין איר שטעטל ברעסטאָוויץ, וואָס איז אָפּגעווישן געוואָרן דורך די נאַציס. אין ניו-יאָרק האָט זי באַלאַנגט צו די ייִדישע קאָמוניסטישע קרײַזן און איז געוואָרן אַ יוניאָן־אַקטיוויסטקע. איר נאָמען האָט זי באַקומען נאָכן חתונה האָבן מיט פּסח נאָוויק, דעם באַקאַנטן ייִדישן קאָמוניסט, און רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג “מאָרגן-פֿרײַהייט”. דאָ קען מען זען דעם פֿילם:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.