מע זאָגט, אַז איין אופֿן ווי אַזוי צו מעסטן דאָס ליטעראַרישע ווערט פֿון אַ ווערק, איז צו זען, צי מע רעדט נאָך וועגן דעם מיט דורות שפּעטער. לויט אַזאַ קריטעריע קען מען זיכער זאָגן, אַז שלום אַשס פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟ איז גאָר אַ וויכטיק ווערק, ווײַל מע רעדט נאָך אַ סך וועגן דעם הײַנט, נאָך הונדערט יאָר זינט די פּיעסע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן. פֿאַקטיש, זענען במשך פֿון דער לעצטער וואָך דערשינען צוויי באַזונדערע באַריכטן וועגן דעם.
אין אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער BBC האָט דאָס אור־אייניקל פֿון שלום אַש, דער זשורנאַליסט דוד מאַזאָווער, דערקלערט וועגן דער געשיכטע פֿון „גאָט פֿון נקמה‟ און דערמאָנט, אַז י. ל. פּרץ אַליין האָט געעצהט דעם יונגן שלום אַש צו פֿאַרברענען דעם מאַנוסקריפּט. מאַזאָווער דערקלערט ווײַטער, אַז כאָטש מע האָט די שפּיל פֿיל מאָל פֿאָרגעשטעלט איבער דער וועלט במשך פֿון העכער 15 יאָרן, האָט מען אין 1923 אַרעסטירט אַלע אַקטיאָרן, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין אַ פּראָדוקציע אויף „בראָדוויי‟. דער סקאַנדאַל איז אויסגעבראָכן צוליב דעם, וואָס דער ענגלישער נוסח פֿון דער שפּיל איז געווען די ערשטע אין דער ניו־יאָרקער געשיכטע, וואָס האָט געשילדערט אַ לעסבישן קוש. נאָך אַ פּראָצעס האָט די רעגירונג טאַקע פֿאַרמישפּט דעם פּראָדוצענט און דעם הויפּט־אַקטיאָר צום באַצאָלן אַ שטראָף פֿון $200 דאָלאַר. //www.bbc.co.uk/programmes/p0355k85?ocid=socialflow_twitter
יענער אינצידענט האָט אינספּירירט נאָך אַ פּיעסע, Indecent (גרעבלעך), וואָס ווײַזט די געשיכטע פֿון אַשס שפּיל, און ווי אַזוי פֿאַרשידענע מענטשן האָבן רעאַגירט אויף איר. אין זײַן רעצענזיע פֿאַר „טאַבלעט‟ דערמאָנט דזשאַש לאַמבערט, דער דערציִונגס־דירעקטאָר בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, און אַן עקספּערט אויף דער טעמע „גרעבלעכקייט בײַ ייִדן‟, אַז „גאָט פֿון נקמה‟ איז ווײַט ניט געווען די ערשטע ייִדישע פּיעסע וועגן שאַנדהײַזער און פּראָסטיטוציע. די געשיכטע פֿון דעם, ווי אַזוי מע האָט צענזורירט די פּיעסע, ציט צו אַ סך מענטשן, וואָס וואָלטן אַנדערש ניט געהערט וועגן דער פּיעסע.
דער אינצידענט מיטן אַרעסטירן די אַקטיאָרן איז טאַקע דער יסוד פֿון פּאַולאַ פֿאָגעלס און רבֿקה טײַכמאַנס Indecent. די דראַמאַטורגינס פֿילן אפֿשר אַ נאָענטשאַפֿט צו אַשן, ווײַל זיי אַליין האָבן פֿריִער בכּיוון געשאַפֿן גאָר קאָנטראָווערסיעלע פּיעסעס, כּדי צו זען ווי ווײַט מע קען דערגיין, ביז זייערע פּיעסעס וועלן צענזורירט ווערן. נאָך דעם נוצן זיי אויס זייער פּיעסע ווי אַן אופֿן אַרומצורעדן ווי אַזוי צו באַטראַכטן די פֿאַרגאַגענהייט דורך דער קונסט.//www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/theater-and-dance/194290/broadways-first-lesbian-kiss די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע Indecent וועט פֿאָרקומען אין מײַ 2016.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.