אין דער פּוילישער שטאָט ברעסלע (דער ייִדישער נאָמען פֿונעם אַמאָליקן ברעסלאַו און הײַנטיקן ווראָצלאַוו) קען מען הײַנט נעמען אַ ייִדיש־קלאַס; באַזוכן אַ ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער; זען אַ פּרטימדיקע אויסשטעלונג וועגן פֿרויען, וואָס האָבן געשריבן און געשפּילט טעאַטער אויף ייִדיש; הערן לעקציעס פֿון אויסלענדישע ייִדיש־עקספּערטן און ייִדיש־אַקטיוויסטן, און זיך צוהערן צו דער פֿרויען־תּפֿילה, „גאָט פֿון אַבֿרהם‟.
דאָס איז אַלץ אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט, „ייִדיש פֿאַר אַלעמען‟, וואָס האָט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 1/2־2 יאָר זיך באַמיט צו פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין פּוילן און נאָרוועגיע. בענטע קאַהאַן, אַ נאָרוועגיש־געבוירענע זינגערין און אַקטריסע, און דער כּוח הינטערן פּראָיעקט, האָט געזאָגט, אַז די אויסשטעלונג וועגן פֿרויען אין דער ייִדישער קולטור, האָט צוגעצויגן אַ סך באַזוכער, וואָס האָבן גאָר נישט געוווּסט ווי טיף־אײַנגעוואָרצלט איז די ייִדישע קולטור געווען אין פּוילן פֿאַרן חורבן. די צוויי־יאָריקע ייִדיש־קלאַסן, אָנגעפֿירט פֿון דער פּראָפֿעסאָרין יאָהאַנאַ ליסעק, פֿונעם ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט, באַשטייט פֿון כּמעט 30 סטודענטן.
די אויסשטעלונג געפֿינט זיך אין דער פֿריש־רעמאָנטירטער „שיל פֿונעם ווײַסן בושל‟, אַ גרויסע סינאַגאָגע, געבויט אינעם 19טן יאָרהונדערט, וואָס דינט הײַנט ווי דער רעליגיעזער און קולטורעלער צענטער פֿון דער ברעסלער ייִדישער קהילה. די שיל באַטייליקט זיך אויך אין וווילטעטיקער אַרבעט. יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, למשל, נאָכן דאַווענען, סערווירט די שיל־קיך אַ געשמאַקע, הייסע וועטשערע, צוגעגרייט פֿון אַ גרופּע עלטערע פּוילישע פֿרויען, אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַ משגיח. דאָס גאַנצע עסן, וואָס בלײַבט איבער, ברענגט מען צו די היימען פֿון די אָרטיקע עלטערע ייִדן.
דער ייִדיש־פּראָיעקט, וואָס קומט צו זײַן שלוס דעם קומעדיקן דעצעמבער, איז סובסידירט געוואָרן דורך דער אייראָפּעיִשער עקאָנאָמישער אָרגאַניזאַציע EEA (וואָס נעמט אַרײַן נאָרוועגיע, ליכטענשטיין און איסלאַנד), און דער פּוילישער רעגירונג. די אויסשטעלונג וועגן דער פֿרוי אין דער ייִדישער קולטור איז אויף אַ הויכן קינסטלערישן און טעכנאָלאָגישן ניוואָ, און איז אַ באַווײַז, וואָס מע קען אויפֿטאָן פֿאַר ייִדיש, ווען עס איז דאָ ווער עס זאָל עס פֿינאַנצירן.
פּונקט ווי מע זעט הײַנט אין אַנדערע שטעט אין מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט אין וואַרשע, זענען ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן פֿון ייִדיש און ייִדישע שטודיעס נישט קיין ייִדן. אַ טייל נעמען זיך צו דעם נאָכן דערוויסן זיך, אַז זיי האָבן אַ ייִדישן קרובֿ, און אַנדערע — ווײַל זיי באַטראַכטן די ייִדישע קולטור ווי אַ וויכטיקן טייל פֿון דער אַלגעמיינער מיזרח־אייראָפּעיִשער אידענטיטעט.
אַגאַ אַלוויצקאַ-שעפּאַרד, אַן 28־יאָריקע דאָקטאָראַנטקע פֿון ייִדישער ליטעראַטור אינעם ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט, איז אַ מוסטער פֿונעם נײַעם דור סטודענטן אין פּוילן, וואָס האָבן אַ טיפֿן אינטערעס צום ייִדישן פֿאָלק און קולטור. די טעמע פֿון איר דיסערטאַציע, למשל, איז די ראָלע פֿון דער פֿרוי אין דער חסידישער וועלט אין פּוילן פֿון 1880 ביז 1944. בײַ אגאַן איז די פֿאַרבינדונג אָבער נישט בלויז אַן אַקאַדעמישע, נאָר ממש אַ לעבנסאַרבעט. זי קען פֿליסיק ייִדיש און האָט ליב צו רעדן ייִדיש; זי האָט פֿאַרבראַכט אַ יאָר אינעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, וווּ זי האָט אַראַנזשירט דאָס איבערשיקן 3,000 ביכער צו 14 ערטער איבער פּוילן, אַרײַנגערעכנט דעם ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט, וואָס האָט באַקומען אַ טויזנט פֿון זיי.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט אַגאַ זיך אויך באַטייליקט אין דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון „יוגנטרוף‟.
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט אַגאַ דערקלערט, אַז דעם אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור האָט זי געירשנט פֿונעם טאַטן. „ווען איך בין געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט מײַן טאַטע מיר פֿאָרגעלייענט די ׳אײַזנבאַן־געשיכטעס׳ פֿון שלום־עליכם אויף רוסיש‟, האָט זי געזאָגט. „מײַנע ערשטע ייִדישע ווערטער זענען געווען ׳נעבעך׳ און ׳שלעפּן׳, אָנגעשריבן אין דער רוסישער טראַנסקריפּציע.‟
פֿון וואַנען האָט זיך גענומען צו אַגאַס טאַטן אַזאַ אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור? „מײַן טאַטע האָט שטאַרק ליב שפּראַכן און דערצו איז ער אַ פֿרומער קאַטאָליק, מיט אַ טיפֿן גלויבן אין דער וויכטיקייט פֿון ברודערלעכער ליבע,‟ האָט זי דערקלערט. „פֿאַר אים איז דאָס געווען אַ מין שליחות.‟ אין 2007 האָט אַגאַ געמאָלדן פֿאַר דער גאַנצער משפּחה, אַז זי וועט נישט בלויז שטודירן די קלאַסישע פֿילאָלאָגיע (לאַטײַן און גריכיש), אָבער אויך ייִדישע שטודיעס.
„וואָס ווייסטו וועגן די ייִדן?‟ האָט דער זיידע זי געפֿרעגט.
„גאָרנישט,‟ האָט זי געענטפֿערט.
האָט ער זי אָנגעקוקט און געזאָגט: „אויב אַזוי, מוזסטו עס גוט שטודירן, און זיך טאַקע אויסצייכענען בײַ דעם.‟
דער זיידע האָט נישט געהאַט קיין גרינג לעבן, האָט אַגאַ געזאָגט. „ער איז געווען אַן אַלקאָהאָליקער, אָבער אַן אמתער מענטש.‟ איין מאָל, ווען דער זיידע איז שוין געווען שטאַרק קראַנק פֿון אַ ראַק, האָט זי געפֿרעגט בײַ אים און בײַ דער באָבען, וואָס זיי געדענקען פֿון די מלחמה־יאָרן. ערשט דעמאָלט האָט ער אויסגעזאָגט דעם שרעקלעכן סוד…
זײַן משפּחה האָט געוווינט נישט ווײַט פֿון די וועלדער פֿון פּאָנאַר, וווּ די נאַציס און ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן צווישן 1941 און 1944 אויסגעשאָכטן ביז 100,000 מענטשן, ס׳רובֿ פֿון זיי — ייִדן. בעת דעם חורבן איז ער, ווי אַ סך אַנדערע קינדער פֿון דאָרף, אַרומגעלאָפֿן און זיך געשפּילט דאָרט אין וואַלד; זענען זיי אַלע במילא געוואָרן עדות פֿון די מאַסן־שחיטות.
„די ייִדן זענען דאָרט געשטאַנען, מיטן פּנים צום גרויסן גרוב, און די דײַטשן האָבן זיי געשאָסן: טראַך, טראַך, טראַך טראַך!‟ האָט דער זיידע שטיל געזאָגט.
„איך ווייס, אַז דאָס איז געווען דאָס ערשטע און דאָס לעצטע מאָל, וואָס ער האָט גערעדט וועגן פּאָנאַר,‟ האָט אַגאַ באַמערקט. „קיינער האָט קיין מאָל נישט געפֿרעגט, וואָס עס איז געשען מיט די ייִדן בעת דער מלחמה, און איך ווייס, אַז דאָס איז געווען זייער טראַוומאַטיש פֿאַר אים.‟
אַפֿילו אויב מע וואָלט יאָ גערעדט וועגן דעם, איז סײַ־ווי קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן צו העלפֿן מענטשן, ווי אַגאַס זיידן, זיך אויסהיילן פֿון די פּסיכישע וווּנדן, דורך טעראַפּיע מיט אַ פּסיכאָלאָג אָדער פּסיכיאַטער. ביז לעצטנס איז דער ענין פּסיכאָטעראַפּיע בכלל געווען אַ פֿרעמדער באַגריף אין מיזרח־אייראָפּע. ווער ווייסט, צי אפֿשר איז די משקה נישט געווען דעם זיידנס איינציקער מיטל צו אַנטלויפֿן פֿון יענע שוידערלעכע זכרונות…
פֿון דעסטוועגן, איז פּוילן הײַנט פֿאָרט אַ סך מאָדערנער ווי אַמאָל. דאָס זעט מען גלײַך, אַז מע שפּאַצירט איבער די גאַסן פֿונעם אַלטן מאַרקפּלאַץ („רינעק‟) אין ברעסלע. אַ דאַנק די פֿאָנדן פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָט מען לעצטנס רעמאָנטירט אַ סך פֿון די בנינים, וואָס זענען באָמבאַרדירט געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און פֿאַרבליבן אין אַ שרעקלעכן מצבֿ אונטער די סאָוועטן. דערצו זענען די גאַסן זייער ריין (זיכער ריינער ווי אין ניו־יאָרק אָדער ירושלים), און די קראָמען זעען אויס ווי עס פֿירט זיך אין מערבֿ־אייראָפּע: שיינע רעסטאָראַנען, קאַווע־הײַזער, געוועלבן פֿון מאָדישע פֿרויען־קליידער און ספּאָרט־מלבושים.
נאָך מער טשיקאַווע זענען די מעניוען אין די אָרטיקע רעסטאָראַנען. אין פֿאַרגלײַך מיט דער פּוילישער קולינאַרער טראַדיציע, וואָס האָט תּמיד באַטאָנט פֿלייש און קאַרטאָפֿל, גיט כּמעט יעדער רעסטאָראַן וועגעטאַרישע אָפּציעס. אַ טייל רעסטאָראַנען זענען אין גאַנצן וועגאַניש — דאָס הייסט, אָן שום פֿליישיקס, מילכיקס אָדער אַפֿילו אייער. איינער פֿון די וועגאַנישע ערטער, „וועגאַ‟, איז אַזוי פּאָפּולער, אַז עס קריגט כּסדר הויכע צייכנס אויף דער אינטערנעץ. איין סיבה דערפֿאַר איז די הויכע קוואַליטעט פֿון זײַנע מאכלים. אַז מע עסט דעם קאַפּושניאַק (קרויטזופּ — די „נאַציאָנאַלע‟ פּאָטראַווע פֿון פּוילן); דעם קרופּניק, אָדער די קאַרטאָפֿל־פּיראָגן, גלייבט זיך נישט, אַז זיי זענען וועגאַניש, אַזאַ פּוילישן טעם האָבן זיי.
בעת די פּוילישע געזעלשאַפֿט אַנטוויקלט אַ מער מערבֿדיקע אידענטיטעט, וועט זײַן אינטערעסאַנט צו זען, וואָס איר צוגאַנג וועט זײַן צום ייִדישן פֿאָלק און קולטור. פֿון ד״ר ליסעקס ייִדיש־קלאַס, באַקומט מען אַ שטיקל אַנונג. אַדאַם רײַשיבאַ, למשל, איז אַ פּענסיאָנירטער דיריגענט פֿון קלאַסישער מוזיק, מיט אַ טיפֿן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור, בעת ראַדאָסואַוו מײַעווסקי־שלאָנזאַק, אַ 27־יאָריקער בחור, וואָס זײַנע ייִדישע באָבע־זיידע וווינען הײַנט אין כעלם, האָט שטאַרק ליב צו זינגען ייִדישע לידער. פּונקט ווי אַגאַ, האָבן די צוויי סטודענטן אַנטדעקט, אַז דאָס פּוילישע פֿאָלק קאָן אויך געניסן פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה, וואָס האָט דאָרט הונדערטער יאָרן לאַנג געבליט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.