ייִדישיסטישע איקאָנאָגראַפֿיע

Yiddishist Iconography

קאַראָלינאַ שימאַניאַק, איינע פֿון די מיט־אָרגאַניזאַטאָרינס פֿון דער קאָנפֿערענץ.
YouTube
קאַראָלינאַ שימאַניאַק, איינע פֿון די מיט־אָרגאַניזאַטאָרינס פֿון דער קאָנפֿערענץ.

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 25, 2015, issue of November 13, 2015.

דאָס וואָרט „איקאָנאָגראַפֿיע‟ ווערט, געוויינטלעך, אַסאָציִיִרט מיט די קריסטלעכע צי בודיסטישע איקאָנעס, אָבער זעלטן מיט ייִדיש אָדער מיט דער וועטלעכער ייִדישיסטישער באַוועגונג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. אין דער אמתן, האָט דער דאָזיקער באַגריף אַ ברייטערן באַדײַט. פֿאַרשיידענע סימבאָלן און פּערזענלעכקייטן קאָנען דינען ווי „איקאָנעס‟ פֿון אַ געוויסער אידעאָלאָגישער שיטה.

דעם 15טן און 16טן נאָוועמבער וועט אינעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון עמנואל רינגעלבלום פֿאָרקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ מיטן נאָמען „ייִדישיזם: מיטאָלאָגיעס און איקאָנאָגראַפֿיעס‟, בשותּפֿות מיטן פּאַריזער ייִדיש־צענטער און דער מעדעם־ביבליאָטעק.

קאַראָלינאַ שימאַניאַק, אַ ייִדיש־קענערין, אַקטיוויסטקע און לעקטאָרין פֿון וואַרשע, האָט דערציילט אין אַן אינטערנעץ־דיסקוסיע וועגן דער קומענדיקער קאָנפֿערענץ, אַז דער ליטעראַרישער קריטיק נפֿתּלי ווייניג האָט אינעם יאָר 1932 פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן עסיי „דער מיטאָס פֿון ייִדישיזם‟, וווּ ער באַמערקט, אַז די מאָדערנע ייִדישע קולטור האָט זיך אין יענער תּקופֿה זיך גענייטיקט אין אַן אייגענער מיטאָלאָגיע, כּדי אײַנצוהויכן אַ נשמה אין דער ייִדישיסטישער באַוועגונג און צו שאַפֿן אַ שטאַרקן מאָטיוו צו סטימולירן די ווײַטערדיקע שעפֿערישע טעטיקייט אויף ייִדיש.

אינעם סוף 19טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע אָנגעהויבן צו באַטראַכטן זייער מאַמע־לשון ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך מיט אַלע קולטורלעכע מעלות פֿון אַנדערע לשונות, וועלכע האָבן אין דער זעלבער תּקופֿה אויך געקעמפֿט פֿאַר זעלבסט־באַשטימונג. אין פֿאַרגלײַך מיט די רומענער אָדער אוקראַיִנער, האָבן די ייִדישיסטן געמוזט אויך באַווײַזן, אַז דווקא די גערעדטע שמועס־שפּראַך פֿונעם פֿאָלק, און נישט דאָס קלאַסישע לשון־קודש פֿון דער שיל, דאַרף דינען ווי דער עיקרדיקער נאַציאָנאַלער קולטור־מיטל.

די העברעיִסטן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענע מיטאָלאָגיע, דערפֿאַר האָבן די ייִדישיסטן געמוזט צוטראַכטן אייגענע לעגענדעס, כּדי זיי מיט דערפֿאָלג מנצח צו זײַן. למשל, הגם דאָס ייִדישע לעבן אין מיזרח־אייראָפּע איז נישט געווען אַזוי פֿויגלדיק, האָבן די ייִדיש־טוער געשאַפֿן דעם ראָמאַנטישן אימאַזש פֿונעם ייִדישן שטעטל. הגם די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז געווען בלויז אַ סימבאָלישע באַשטעטיקונג אין דער תּקופֿה, ווען ייִדיש האָט שוין געהאַט אויסגעפֿירט אַלע פֿונקציעס פֿון אַן עכטער נאַציאָנאַלער שפּראַך, האָט מען די דאָזיקע אונטערנעמונג פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין „איקאָנע‟.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ זענען: קאַראָלינאַ שימאַניאַק מיט צוויי פּאַריזער ייִדיש־אַקטיוויסטקעס, נאַטאַליאַ קריניסקאַ און טל העווער־טשיבאָווסקי. צווישן די באַטייליקטע איז דאָ אונדזערע מיטאַרבעטער — איציק גאָטעסמאַן, וועלכער וועט דערציילן וועגן דער ייִדישיסטישער שיטה פֿון יהודה עלצעט, דער מחבר פֿונעם „וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, און לייזער בורקאָ, וועלכע וועט אויפֿטרעטן מיט אַ לעקציע וועגן דעם מיטאָס אַרום מאַקס ווײַנרײַך. אַן אַנדער מיטאַרבעטער פֿון אונדזער צײַטונג, מיכאל קרוטיקאָוו, איז אַ מיטגליד פֿונעם קאָנפֿערענץ־קאָמיטעט.