לעצטנס, האָט מען פֿילמירט אַ פּאָר עפּיזאָדן פֿון דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „דזשימי קימל לײַוו‟ אין ברוקלין און אין זכות פֿונעם נײַעם לאָקאַל האָט מען געמאַכט אַ פּאָר סקיצן וועגן חסידים. אין איין סוררעאַליסטישער סצענע איז קימלס געהילף, דער קאָמיקער גילערמאָ ראָדריגעז אַרויף אויף דער בינע, זיצנדיק אויף אַ בענקל, וואָס עס האָט געטראָגן אַ גרופּע חסידים, אַזוי ווי, להבֿדיל, אויף אַ בר־מיצווה. די חסידים זעען אויס גאַנץ רעאַליסטיש, אָבער ס׳קען זײַן, אַז זיי זענען סתּם אַקטיאָרן, וואָס מע האָט פֿאַרשטעלט פֿאַר חסידים.
אין אַן אַנדער שפּאַס, האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַ סעריע בילדער פֿון בלויז אַ טייל פֿון אַ באָרד און אַ מויל, און געפֿרעגט דעם עולם אין זאַל, צי דאָס פּנים געהערט צו אַ חסיד, צי צו אַ „היפּסטער‟? דערנאָך האָט מען געמאַכט אַ שטיקל אינטערוויו מיטן מאַן, כּדי זיך צו דערוויסן, צי ער איז אַ חסיד, צי אַ היפּסטער. דער ווידעאָ איז גלײַך געוואָרן זייער פּאָפּולער צווישן ייִדן אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟.
דער פֿאַקט, וואָס די צוויי כּלמורשט גאַנץ־היפּוכדיקע גרופּעס טראָגן בערד און צומאָל אַפֿילו ענלעכע קליידער, איז אַן אַלטע מעשׂה אין ניו־יאָרק. אין דער אמתן, עקזיסטירט שוין מער ווי דרײַ יאָר אַ בלאָג, וואָס באַשטייט בלויז פֿון בילדער פֿון מענער, וואָס זעען אויס סײַ ווי חסידים און סײַ ווי היפּסטערס. אויפֿן בלאָג האָט מען אַרויפֿגעלייגט בילדער פֿון אַ פּאָר מענטשן, וואָס זענען שוין גוט באַקאַנט די „פֿאָרווערטס‟־לייענער, צווישן זיי, דער מוזיקער בענדזשי פֿוקס־ראָזען (//hasidorhipster.tumblr.com/post/33772372320/hasid-or-hipster-or-maybe-both-in-a) און נפֿתּלי איידלמאַן, דער גרינדער פֿון „ייִדיש־פֿאַרם‟ (//hasidorhipster.tumblr.com/post/54512210717/hasid-on-the-farm-hipster-growing-locally-sourced), (//hasidorhipster.tumblr.com/post/27977294485/hasid-or-hipster-is-that-yiddish-we-see-in-the). מע האָט אַפֿילו אייממאָל אויפֿן בלאָג אַרויפֿגעלייגט אַ בילד פֿון מענטשן אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟ מיט דער פֿראַגע „צי איז דאָס אַ מין צוזאַמענקומעניש פֿון חסידים און היפּסטערס?‟ און דער ענטפֿער, אין דעם פֿאַל, איז טאַקע געווען, יאָ. (//hasidorhipster.tumblr.com/post/29480720512/hasidim-or-hipsters-or-is-this-some-sort-of).
דעם אמת געזאָגט, זענען יאָ פֿאַראַן געוויסע חסידים, וואָס נעמען אָן עלעמענטן פֿון דער היפּסטער־קולטור. געוויסע מער ליבעראַלע חב׳׳ד־חסידים זענען אָנהענגער פֿון קליידער־מאָדעס און מאכלים, וואָס ווערן גיכער אַסאָציִיִרט מיט די אָנהענגער פֿון געוויסע „ראָק‟־קאַפּעליעס איידער די חסידים פֿון דעם ליובאַוויטשער רבין. אַזעלכע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן ווי דער קאָמיקער מענדי פּעלין און דער רעפּ־זינגער שניאור הסופֿר, בעסער באַקאַנט ווי „DeScribe‟, זענען עכטע חסידישע היפּסטערס, וואָס בינדן צונויף די צוויי עסטעטיקן אָן שום סתּירות. אַפֿילו אין וויליאַמסבורג קען מען זיך אָנשטויסן אויף געוויסע קאַווע־שטיבלעך און קאַפֿעס, וואָס זעען אויס אַזוי היפּסטעריש, אַז די היפּסטערס אַליין שטראָמען אַרײַן און זענען פֿאַרחידושט צו זען, אַז די בעל־הביתּים זענען דווקא סאַטמאַרער חסידים.
נו, פֿאַר וואָס ניט? אַבי קיין ייִדישע קינדער זאָלן חלילה ניט עסן קיין בלעטערקרויט (kale), רחמנא לצלן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.