טוריסטן וואָס זענען געגאַנגען שפּאַצירן אין די וועלדער בײַם באַלטישן ים לעבן שטוטאָוואָ, האָבן לעצטנס באַמערקט דאָרט הונדערטער אַלטע שיך, בגדים, פּאַסיקעס וכדומה צווישן די ביימער.
שטוטאָוואָ הייסט אויף דײַטש שטוטהאָף, לעבן גדאַנסק, דהײַנו, דאַנציג, וווּ ס׳איז געווען דער ערשטער קאָנצענטראַציע־לאַגער, וואָס די דײַטשן האָבן געבויט אויף דער פּוילישער ערד. די ערשטע קאַצעטניקעס זענען געווען די פּוילישע אינטעליגענטן פֿון דאַנציג. מיט דער צײַט האָט דער לאַגער זיך אַנטוויקלט. אין יאָר 1944 איז ער געוואָרן אַ טייל פֿון דער אַזוי גערופֿענער ענד־לייזונג פֿון די ייִדן — די אויסראָטונג פֿון די ייִדן אונטער דער דײַטשישער הערשאַפֿט. די דײַטשן, מיט דער הילף פֿון די אוקראַיִנישע זעלנערס און נאָרוועגישע „עס־עס‟־פֿרײַוויליקע האָבן דאָרט פֿאַרגאַזט אַן ערך אַכציק טויזנט ייִדן.
שטוטהאָף איז אויך געווען זייער ניצלעך פֿאַר דער דײַטשישער אינדוסטריע. דער באַרימטער אינזשעניר און אינדוסטריעלער הײַנריך פֿאָקע האָט דאָרט געבויט עראָפּלאַנען פֿאַר דער „לופֿטוואַפֿע‟. פֿאָקע האָט באַקומען אין יאָר 1961 דעם פּרעסטיזשפֿולן „לודוויג פֿראַנדט־רינג‟ פֿון דער אַזוי גערופֿענער Deutsche Gesellschaft für Luft- und Raumfahrt
פֿאַר זײַן חשובֿן צושטײַער צו דער דײַטשישער אַוויאַציע.
פֿאָקע איז נישט געווען דער איינציקער דײַטשישער אינדוסטריעלער, וואָס איז געווען טעטיק אין שטוטהאָף. פּראָפֿעסאָר רודאָלף מאַריאַ שפּאַנער, אַ באַקאַנטער דאָקטער און פּאַטאָלאָג, האָט אויפֿגעבויט אין שטוטהאָף אַ קליינע פֿאַבריק, וואָס האָט פּראָדוצירט זייף פֿון די קערפּערס פֿון די קאַצעטניקעס. פּראָפֿעסאָר שפּאַנערס זייף־פֿאַבריק האָט אָבער אויפֿגעהערט צו פּראָדוצירן זייף, ווײַל די רוסן זענען אַרײַן אין שטוטהאָף אין מײַ 1945 און באַפֿרײַט די לעצטע הונדערט קאַצעטניקעס, וואָס זענען דאָרטן געבליבן על־פּי־נס בײַם לעבן. פּראָפֿעסאָר שפּאַנער איז נאָך דער מלחמה געוואָרן אויס אינדוסטריעלער און האָט זיך צוריקגעקערט צום אַקאַדעמישן לעבן. ער האָט געלערנט מעדיצין אינעם אוניווערסיטעט אין קעלן, מערבֿ־דײַטשלאַנד.
וואָס זשע זאָגן די פֿאַרוואַלטער פֿונעם שטוטהאָף מוזיי וועגן די אָביעקטן, וואָס וואַלגערן זיך אין וואַלד אַרום זיי? די דירעקטאָרין פֿונעם מוזיי האָט דערקלערט, אַז היות וואָס די שיך און בגדים ליגן שוין אַזויפֿיל יאָר אין וואַלד, איז שווער צו וויסן אויב זיי האָבן טאַקע געהערט צו די שטוטהאָף־קאַצעטניקעס.
די מעשׂה האָט אָבער געמאַכט אַ ביסל רעש אין דער פּוילישער מעדיאַ, און איצט הערן מיר, אַז אפֿשר וועט מען יאָ בודק זײַן צי די דאָזיקע אָביעקטן האָבן אַ שײַכות מיטן היסטאָרישן שטוטהאָף־לאַגער. דעמאָלט, פֿאַרזיכערט מען אונדז, וועלן זיי ווערן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער מוזיי־אויסשטעלונג.
אַ דיבוק איז אַרײַן אין פּוילן. דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע שפּילט די טעג מיט גרויס דערפֿאָלג אַ נײַע ווערסיע פֿון אַנ־סקיס פּיעסע, פֿאַרפּוילישט און פֿאַרבעסערט דורך דער נאָוואַטאָרישער רעזשיסאָרין מאַיאַ קלעטשעווסקאַ.
אָבער דאָס איז נישט אַלץ. די טעג קען מען זען אין וואַרשע אַ נײַעם פֿילם מיטן טיטל „דעמאָן‟. מאַרטשין ווראָנאַ, דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, האָט דערקלערט אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז דער אמתער טיטל פֿונעם פֿילם איז טאַקע „דיבוק‟. נאָר וואָס זשע? ער האָט געהאַט אַ חשש, אַז אַ סך פּאָליאַקן ווייסן נישט וואָס איז אַזוינס אַ דיבוק און דערפֿאַר האָט ער משנה־שם געווען פֿון „דיבוק‟ אויף „דעמאָן‟. וואָס איז אַזוינס אַ דעמאָן — דאָס ווייסט יעדער.
דער פֿילם איז אַ פּויליש־ישׂראלדיקע קאָ־פּראָדוקציע, און די הויפּט־ראָלע שפּילט דער שיינער, יונגער און טאַלאַנטירטער ישׂראלדיקער אַקטיאָר איתי (איטײַ) טירן (טיראַן).
דער פֿילם איז אין אַ געוויסער מאָס אַנ־סקיס „דיבוק‟ אַן אייניקל, וואָס האָט אינספּירירט פּיאָטר ראָוויצקין אָנצושרײַבן זײַן אייגענע פּיעסע „דאָס צוקלעפּן זיך‟.
פּונקט ווי אין אַנ־סקיס „דיבוק‟ האָבן מיר אין דעם פֿילם אַ חתונה, וואָס ווערט געשטערט פֿון רוחות, איז דאָס אינעם פּוילישן פֿילם דער רוח פֿון אַ יונגער ייִדישער פֿרוי, וואָס האָט אַ מאָל געלעבט אינעם הויז, וווּ מען פּראַוועט די שׂימחה. די דײַטשן האָבן די פֿרוי דערהרגעט, דערפֿאַר קען זי נישט געפֿינען קיין רו אויף יענער וועלט. זי דרינגט אַרײַן אינעם קערפּער פֿונעם חתן, וואָס ווערט געשפּילט פֿון טיראַנען.
דער פֿילם האָט געהאַט אַ גרויסן קינסטלערישן און קאָמערציעלן דערפֿאָלג אינעם טאָראָנטער פֿילם־פֿעסטיוואַל. ער האָט אויך באַקומען דעם ערשטן פּריז אינעם פֿעסטיוואַל פֿאַר פֿאַנטאַסטישע פֿילמען אין אָסטין, טעקסאַס. דער פֿילם איז זייער גוט אויפֿגענומען געוואָרן דאָ אין לאַנד, אינעם גדיניאַ פֿילם־פֿעטסיוואַל. „דעמאָן‟ איז ווראָנאַס לעצטער פֿילם. קורץ נאָך דער פּוילישער פּרעמיערע אין גדיניאַ האָט דער יונגער רעזשיסאָר זיך אויפֿגעהאָנגען אין זײַן האָטעל־צימער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.