בעת דער ייִדישער אַקטיאָר, אילן קוויטקען, טרעט אויס אויף דער בינע אין דער אוניפֿאָרם פֿון דעם זויערלעכן און סאַרקאַסטישן קעלנער „סטאַנלי“, אינעם ייִדישן נוסח פֿון „טויט פֿון אַ סיילסמאַן“, האָט קיינער אין דעם עולם מסתּמא נישט געוווּסט, אַז פֿריִער האָט ער זיך פֿאַרשטעלט מיט גרויסער חצלחה אַזעלכע פֿרויען ווי דזשאָון ריווערס און דזשודי גאַרלאַנד.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט אילן געמאַכט אַ קורצן ביאָגראַפֿישן דאָקומענטאַר אין שותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָרין נצל טל. אין דעם דאָזיקן פֿילם, מיטן פּאַסיקן טיטל, It Takes Balls (עס פֿאָדערט חוצפּה), דערציילט ער וועגן זײַנע שווערע איבערלעבונגען ווי אַ האָמאָסעקסועלער מאַן, וואָס האָט פֿון קינדווײַז אָן ליב געהאַט זיך צו פֿאַרשטעלן ווי אַ פֿרוי.
It Takes Balls from Big Apple Film Festival on Vimeo.
„דער ציל פֿון דעם פּראָיעקט“, דערקלערט אילן אין אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס“, „איז געווען צו ווײַזן דעם צוקוקער אַ מענטש, מײַן ווייניקײט, וואָס האָט קיינמאָל נישט אויפֿגעגעבן, כאָטש פֿון אַלעמען, סײַ אין דער געזעלשאַפֿט בכלל, סײַ אין דער היים בפֿרט, האָט ער געהערט ׳ניין׳”.
אילן, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין שטאַט ניו־יאָרק אין די 1970ער יאָרן, באַשרײַבט די געזעלשאַפֿט ווי זייער אַן אונטערגעדריקטע. „ס׳רובֿ מענטשן האָט נישט גערעדט וועגן ׳פֿריילעכקײט׳, ווײַל ס׳איז אין אַ גרויסער מאָס געווען אונטער אַ טאַבו“. צוליב דעם מצבֿ איז עס געווען באַזונדערס שווער פֿאַר אים אין דער היים: „ס׳איז נישט געווען קיין שלום־בית, איבערהויפּט צוליב מײַן ברוטאַלן טאַטן, וואָס האָט נישט געוואָלט, אַז זײַן זון זאָל זיך אויפֿפֿירן ווײַבלעך. האָט ער דערפֿאַר מיך געסטראַשעט, אי פֿיזיש, אי גײַסטיק, און אַזוי שווער, אַז הײַנט־צו־טאָג וואָלט מען אים זיכער אַרעסטירט“.
אילן באַטאָנט, אָבער, אַז ער האָט געקענט זיך אַנטקעגנשטעלן יענע שוועריקײטן צילוב צוויי זאַכן: זײַן עקשנותדיקע נאַטור און זײַן פֿעלדזנשטאַרקן לעבנס־מאָטאָ. „דאָס וואָרט ׳ניין׳ באַטראַכט איך נישט ווי קיין ענטפֿער — ס׳איז, פֿאַרקערט, אַ רעאַקציע. דאָס האָב איך אַלע מאָל געהאַלטן אין זינען און זיך באַמיט נישט צו נעמען צום האַרצן“.
פֿאַר אילן איז דאָס שילדערן פֿרויען געווען אַן אופֿן אויסצופֿאָרשן זײַן „ווײַבלעכע זײַט“ און דערצו אויסדריקן זײַן אידענטיטעט, וואָס ער האָט דעמאָלט אָנגעהויבן צו אַנטוויקלען. שפּעטער, אין די 1980ער יאָרן, ווען ער איז שוין געווען אַ יונגער מאַן, האָט מען אים באַלוינט מיט דער געלעגנהײט צו זײַן אַ מיט־גאַסטגעבער אין אַן עפּאַזאָד פֿון The Late Show, צוזאַמען מיט דזשאָון ריווערס. דערקלערט אילן: „איך האָב געוווּנען דעם ווידעאָ־קאָנקורענס, ווײַל כ׳האָב געמאַכט אַן אויסגעצייכנטן ווידעאָ, אין וועלכן איך האָב זיך פֿאַרשטעלט ווי דזשאָון“.
כאָטש אילן איז גוט אויפֿגענומען געוואָרן צוליב זײַן מזלדיקער פֿאָרשטעלונג, האָט ער ווידער אַ מאָל געהערט: „ניין“. „איר זײַט זיכער זייער טאַלאַנטירט“, דערמאָנט אילן די ווערטער פֿון זײַנע קעגנער, „אָבער טו דאָס קיין מאָל נישט, ווײַל ס׳איז נישט אַזוי אָנגענעם צווישן מענטשן“.
כאָטש אילן איז געבליבן אין קאָנטאַקט מיט דזשאָון ריווערס איבער די יאָרן, האָט זי אים קיין מאָל נישט געהאָלפֿן זיך אַרויפֿצואַרבעטן. „אין משך פֿון די יאָרן האָבן מיר אַנטוויקלט אַ חבֿרשאַפֿט ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם קאָנקורענס, אָבער זי האָט מיר קלאָר געזאָגט, אַז אין מײַן קאַריערע וועט זי מיר נישט העלפֿן.“
אין דעם ייִדישן טעאַטער האָט אילן געפֿונען אַ באַזונדערן אופֿן זיך אויסצודריקן אין די 1990ער יאָרן. „אין 1996 האָב איך געשפּילט צום ערשטן מאָל אויף ייִדיש מיט דער ׳פֿאָלקסבינע׳, וואָס האָט אויפֿגעפֿירט דאָס שפּיל ׳די לודמירער מויד׳, רעזשיסירט פֿון מרים האָפֿמאַן.“ לגבי זײַן סעקסואַליטעט דערציילט ער ווײַטער: „אין דעם טעאַטער האָב איך זיך געפֿילט זייער באַקוועם מיט מײַן ׳פֿריילעכקײט׳, ווײַל דער עלטערער דור פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן מיט וועמען איך האָב געאַרבעט, ווי, צום בײַשפּיל, צפּורה שפּײַזמאַן, מינאַ בערן און שפֿרה לערער, זענען געווען סימפּאַטישע פֿרויען און אָפֿן צו די ׳פֿריילעכע׳“.
אַחוץ געבן אים אַ היימיש געפֿיל, האָט דער ייִדישער טעאַטער דערמעגלעכט אים אויסצופֿאָרשן זײַן ייִדישקײט. „מײַן זיידע, וואָס האָט געשטאַמט פֿון ווין, האָט גערעדט ייִדיש. דערפֿאַר האָב איך שטענדיק געפֿילט אַ שטאַרקן שײַכות צו מײַנע ייִדישע וואָרצלען. ס׳איז געווען אַ גרויסער כּבֿוד און פֿאַרגעניגן זיך צו לערנען בײַ די דאָזיקע אַקטיאָרן, ווי אַזוי צו שפּילן ייִדיש ריכטיק און מיט רעכטן פֿוס.“
אָבער די דאָזיקע שטימונג האָט נישט געדויערט לאַנג, לויט אילנס מיינונג, ווײַל אין דעם סוף פֿון די 1990ער יאָרן האָבן די „פֿאָלקסבינע“ איבערגענומען אַנדערע מענטשן. „די מענטשן זענען בכלל ׳האָמאָפֿאָביש׳ און צוליב מײַן ׳פֿריילעכקײט׳ האָבן זיי געמאַכט חוזק פֿון מיר הינטער די אויגן. זיי האָבן, למשל, געמיינט, אַז מײַן שילדערונג פֿון דעם קוימען־קערער אין ׳יאָשקע מוזיקאַנט׳ איז אויסגעקומען ׳האָמאָסעקסועל׳. איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, נישט געקענט בלײַבן אין דעם טעאַטער צוליב אַזאַ מצבֿ“. אַנשטאָט פֿאַרלאָזן דעם ייִדישן טעאַטער אין גאַנצן, איז אילן געגאַנגען אין אַן אַנדערן, אין וועלכן ער אַרבעט ביזן הײַנטיקן טאָג. „דער ׳נײַער ייִדישער רעפּעטואַר טעאַטער׳ האָט מיך אויפֿגענומען מיט אַ סך וואַרעמקײט און פּראָפֿעסיאָנעלקײט. צום וויכטיקסטן מישפּטן זיי מיך אויף מײַן זכות, נישט אויף מיר ווי אַ האָמאָסעקסואַליסט“.
אילן איז נאָך אַלץ צופֿרידן מיט דער ריכטונג פֿון זײַן לעבן און קאַריערע. אין די קומענדיקע חדשים וועט ער שפּילן צום צווייטן מאָל די ראָלע פֿון לאָקי אין דעם ייִדישן נוסח פֿון „וואַרטן אויף גאַדאָ“ און זיך פֿאַרשטעלן ווי דזשודי גאַרלאַנד אין זײַן פֿאָרשטעלונג „דזשודיסם“ (Judyism).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.