דעם האַרבסט האָבן דרײַ פּראָפֿעסאָרן אינעם „עמאָרי־אוניווערסיטעט‟ אין אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע, זיך אונטערגענומען אַ דרײַ־יאָריקן פּראָיעקט צו שטודירן די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
„די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז ריזיק, און ביז איצט זייער ווייניק שטודירט געוואָרן,‟ האָט באַמערקט מרים יודעל, די געהילף־פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אין עמאָרי־אוניווערסיטעט, לויט אַ בולעטין פּובליקירט פֿונעם אוניווערסיטעט די וואָך.
הגם קינדער האָבן הונדערטער יאָרן פֿיגורירט אין דער אַלגעמיינער ייִדישער ליטעראַטור, האָט דער זשאַנער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, אָנגעשריבן בלויז פֿאַר און וועגן קינדער, זיך נישט פֿאַרשפּרייט ביזן אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — אַ שריט, אינספּירירט פֿון די ייִדישע אינטעלעקטואַלן, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז אַלע ייִדישע קינדער זאָלן זיך אויסלערנען לייענען און שרײַבן, און דערבײַ זיך אויך אויסלערנען געוויסע אידעאָלאָגישע באַגריפֿן.
ביז איצט, האָט מען ס׳רובֿ פֿון דער ליטעראַטור נישט איבערגעזעצט אויף ענגליש — אַ בלויז, וואָס יודעל באַמיט זיך איצט צו פֿאַרריכטן.
„די קינדער־ליטעראַטור אויף ייִדיש איז אַ רײַכער אוצר פֿון דער עפּאָכע, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַרײַנגעטראָטן אין דער מאָדערנער וועלט,‟ האָט יודעל געזאָגט.
במשך פֿון די קומעדיקע דרײַ יאָר וועט דער פּראָיעקט, „קינדער־ליטעראַטור און די ייִדישע קינדהייט־קולטור צווישן די וועלט־מלחמות‟, אויספֿאָרשן די ייִדישע קינדער־קולטור דורך פּראָזע, פּאָעזיע און פּיעסעס. אין דער מאַנשאַפֿט וועט זיך אויך באַטייליקן מאַרשאַל דוק, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר, און מעלווין קאָנער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַנטראָפּאָלאָגיע.
דעם איצטיקן שול־זמן קומט פֿאָר אַ יאָר־לאַנגער סימפּאָזיום פֿאַר פֿאַקולטעט און גראַדויִר־סטודענטן, צו פֿאָרשן די איבערגעזעצטע מאַטעריאַלן פֿון פֿאַרשידענע קוקווינקלען. אין איינעם פֿון די סעסיעס האָט מען, לעצטנס, פֿאַרבעטן ייִדיש־רעדנדיקע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וואָס האָבן קינדווײַז אַליין מסתּמא געלייענט אַ טייל פֿון די מעשׂיות.
איבעראַיאָר וועלן די דרײַ פּראָפֿעסאָרן לערנען אַ קלאַס פֿאַר ביז־גראַדויִר־סטודענטן, און צום סוף, האָפֿט מען צו פּובליקירן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון אַ טייל פֿון די איבערגעזעצטע מאַטעריאַלן; דורכפֿירן אַ קאָנפֿערענץ, און פּראָדוצירן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם.
פּראָפֿ׳ דוק, אַ קלינישער פּסיכאָלאָג, וואָס זײַן אייגענע פֿאָרש־אַרבעט קאָנצענטרירט זיך אויף משפּחה־ריטואַלן, האַלט, אַז די מעשׂיות גיבן אונדז אַ זעלטענעם בליק אין אַ געוויסער קולטור און געזעלשאַפֿט. „די מעשׂיות, וואָס מע האָט דערציילט די קינדער, האָבן אָפֿט מאָל געהאַט אַ געוויסן מוסר־השׂכּל,‟ האָט דוק געזאָגט. „מיר איז אינטערעסאַנט צו וויסן, ווי אַזוי די קינדער לערנען זיך בכלל אויס וועגן דער וועלט, אָבער אויך ווי אַזוי מע האָט דאָס געטאָן אין אַ געוויסער קולטורעלער גרופּע.‟
ד״ר קאָנער, אַ ייִדישער אַנטראָפּאָלאָג, האַלט, אַז די איבערגעזעצטע ליטעראַטור וועט ווײַזן וואָס ס׳זענען געווען די ווערטן פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע קהילות אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. „דער פּראָיעקט איז נישט בלויז אַ טיר צו איין קולטור, אָבער צו אַ גרופּע קולטורן, ווײַל די מעשׂיות האָט מען אָנגעשריבן אויף ייִדיש אין פּוילן, דײַטשלאַנד, אויסטראַליע און אַרגענטינע. איין שפּראַך צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט.‟
די טעמעס פֿון די קינדערביכער נעמען אַרײַן די זעלבע טעמעס, וואָס מע זעט הײַנט אין די דיזני־פֿילמען: קינדער וואָס פֿאַרלירן אַ טאַטע אָדער מאַמע; מאַמעס, וואָס האָדעווען אַ סך קינדער איינע אַליין; און רעדנדיקע חיות.
דוק האָט דערמאָנט איין מעשׂה־ביכל פֿון רוסלאַנד, וועגן אַ מיידעלע וואָס פֿאַרבלאָנדזשעט זיך אין אַ באַן־סטאַנציע. הגם די פֿרעמדע לײַט פּרוּוון איר העלפֿן, בלײַבט דאָס מיידעלע דערשראָקן, ביז זי זעט אַ באַקאַנט פּנים, און לויפֿט צו צו דעם. דער לייענער פֿאַרשטייט באַלד, אַז דאָס לויפֿט זי צו אַ בילד פֿון יאָזעף סטאַלין, וואָס זי האַלט פֿאַר אַ סימן פֿון טרייסט און באַרויִקונג.
„פֿאַר אונדז איז עס אַ חידוש צו זען ווי מע שילדערט סטאַלין ווי אַ פֿרײַנד פֿון די קינדער — אָבער דאָס זאָגט אונדז אַ סך וועגן דעם צוגאַנג פֿון יענע צײַטן, אין יענעם אָרט,‟ האָט דוק געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.