דער „שמעון וויזנטאַל־צענטער‟ האָט אויסגעדריקט אַ געפֿיל פֿון אומרו וועגן אַ ממשותדיקן אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם אין מאַראָקאָ.
שמעון סעמיועלס, דער דירעקטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען בײַם „צענטער‟, האָט אויסגעדריקט די זאָרג מאָנטיק, נאָך דעם ווי עס האָבן זיך באַוויזן אויף דער אינטערנעץ אַ צאָל ווידעאָס פֿון אַ פּראָ־פּאַלעסטינער מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין קאַסאַבלאַנקאַ, וווּ אַקטיאָרן, פֿאַרשטעלט ווי חסידים, צעשטערן אַ מאַקעט פֿונעם מעשטעט „אַל־אַקצאַ‟, און דערנאָך ווערן זיי דערשאָסן פֿון באַוואָפֿנטע מענער מיט „קאַפֿיאַס‟.
„די באַאומרויִקנדיקע סצענעס זענען בלויז איין בײַשפּיל פֿון די אויסדרוקן פֿון אַנטיסעמיטיזם, וואָס מיר האָבן לעצטנס געזען אין מאַראָקאָ,‟ האָט סעמיועלס געזאָגט. „דאָס קאָן האָבן אַ דעסטאַביליזירנדיקן עפֿעקט — נישט בלויז אין צפֿון־אַפֿריקע, נאָר אויך בײַ די מוסולמענישע ייִשובֿים אין אייראָפּע, וווּ די מאַראָקאַנער באַטרעפֿן אַ גרויסן פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג.‟
סעמיועלס האָט דערמאָנט אַנדערע בײַשפּילן פֿון אַנטיסעמיטיזם אין מאַראָקאָ ווי, למשל, דער פֿאַרקויף פֿון אַדאָלף היטלערס „מײַן קאַמף‟, „די פּראָטאָקאָלן פֿון זיקני־ציון‟ און הענרי פֿאָרדס בוך, „דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִד‟ אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין קאַסאַבלאַנקע דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר, וואָס ווערט באַצייכנט ווי דער וויכטיקסטער ביכער־יריד אין דער אַראַבישער וועלט.
סעמיועלס האָט געזאָגט, אַז ער זאָרגט זיך אויך וועגן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטישער רעטאָריק אינעם מאַראָקאַנער פּאַרלאַמענט, וווּ מע האָט אין 2013 פֿאָרגעלייגט צוויי אַנטי־ישׂראלדיקע געזעץ־פּראָיעקטן — איינער, וואָס קרימינאַליזירט דעם האַנדל מיט ישׂראל, און אַ צווייטער, וואָס וואָלט געשאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָל פּובליקירן די נעמען פֿון אַלע געשעפֿטסלײַט, וואָס האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל. אַ סך פֿון די געשעפֿטסלײַט וואָלטן געווען ייִדן.
סעמיועלס האָט צוגעגעבן, אַז די סיבה פֿאַר וואָס די מאַראָקאַנער אינסטאַנצן מאַכן זיך נישט־וויסנדיק צום אַנטיסעמיטיזם, איז אפֿשר, כּדי נאָכצוגעבן די עקסטרעמיסטן אין לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.