יאָרן לאַנג פּרוּוון די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער אײַנרעגולירן דעם עטנישן קאָנפֿליקט אין ארץ־ישׂראל צווישן ייִדן און אַראַבער לויטן פּרינציפּ „צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער‟. דערבײַ גלייבט מען, אַז ס׳איז דאָ אַ „פּאַלעסטינער פֿאָלק‟. אָבער קיין תּכלית איז פֿון די־אָ באַמיִונגען ניט אַרויס, און איינע פֿון די סיבות דערפֿון איז טאַקע, אַז די פּאַלעסטינער אַראַבער האָבן זיך ניט אויסגעפֿורעמט אין אַן איינהייטלעכער נאַציע. פֿאַרקערט, זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קאָנגלאָמעראַט פֿון עטנישע און קאָנפֿעסיאָנעלע גרופּעס, און יעדע איינע פֿון זיי פֿאַרמאָגט איר אייגענעם באַוווּסטזײַן און אירע אייגענע קולטור־אייגנטימלעכקייטן. אין אַזאַ־אָ מצבֿ מוז מדינת־ישׂראל אויסאַרבעטן אַ באַזונדערע פּאָליטיק לגבי יעדער גרופּע, מע מוז רעספּעקטירן אַלע רעכט פֿון די עטנישע און רעליגיעזע מינדערהייטן און גאַראַנטירן זײ די רעכט אָפּצוהיטן זייער אידענטיטעט, שפּראַך, ווי אויך די גלײַכע קאַריערע־מעגלעכקייטן.
װי אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ פּאָליטיק קענען דינען די באַציִונגען מיט די ישׂראלדיקע טשערקעסן, אומגעפֿער 5,000 נפֿשות, וועלכע לערנען זייער שפּראַך און קולטור אין די שולן פֿון זייערע ייִשובֿים (כּפֿר־כּמא און ריחניה אין גליל); האַלטן אונטער פֿאַרבינדונגען מיט די טשערקעסן אין אויסלאַנד; נוצן די טשערקעסישע שפּראַך באַנאַנד מיט העברעיִש פֿאַר אָפֿיציעלע אויפֿשריפֿטן אויף די גאַסן, אאַ״וו. די טשערקעסן דינען אָבליגאַטאָריש אין צה״ל, ווערן דערפֿאָלגרײַך אינטעגרירט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און היטן אָפּ דערבײַ זייער אידענטיטעט.
די ישׂראלדיקע דרוזן, אומגעפֿער 140 טויזנט נפֿשות, זײַנען אין מדינת־ישׂראל אָפֿיציעל אָנערקענט ווי אַ באַזונדערע עדה זינט 1957. צווישן זיך רעדן זײ אַראַביש. דער יסוד פֿון זייער באַזונדערער אידענטיטעט איז דאָס מאָנאָטעיִסטישע דרוזישע גלױבן. ס’רובֿ דרוזן דינען אָבליגאַטאָריש אין צה״ל און פֿאַרנעמען הויכע מיליטערישע און רעגירונגס־פּאָסטן. די ייִשובֿים, וווּ די דרוזן און די טשערקעסן באַטרעפֿן דאָס רובֿ, האָבן געשאַפֿן אַ באַזונדערע „פֿאַראייניקונג פֿון די דרוזישע און טשערקעסישע אָרטיקע ראַטן‟.
די בעדויִנער שבֿטים, אַרום 280 טױזנט נפֿשות, האָבן אָפּגעהיט אַ הויכן ניוואָ פֿון אינערלעכער קאָנסאָלידאַציע און דעם שבֿטימדיקן זעלבסטבאַוווּסטזײַן. אייניקע בעדויִנער שבֿטים זײַנען געווען פֿאַרבינדעטע פֿון די ייִדן נאָך אין דער צײַט פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה.
בײַ דער זײַט פֿון דער אַראַביש־שפּראַכיקער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג שטייען די אַראַבער־קריסטן. דער פּאַן־אַראַביזם האָט דערמעגלעכט אַ טייל פֿון די אַראַביש־שפּראַכיקע קריסטן זיך אינטעגרירן אין דער אַראַבישער נאַציאָנאַליסטישער באַוועגונג און אַפֿילו פֿאַרנעמען דאָרטן הויכע שטעלעס, אָבער דער וועלטלעכער אַראַבישער נאַציאָנאַליזם איז אָפּגעשטויסן געוואָרן דורכן ראַדיקאַלן איסלאַם, וואָס האָט געשטעלט די קריסטן פֿונעם מיטעלן מיזרח אין אַ לאַגע פֿון אַ דיסקרימינירטער באַפֿעלקערונג. בלויז מדינת־ישׂראל גאַראַנטירט די קריסטן אַ רעאַלע גלײַכבאַרעכטיקייט, און נאָר אין מדינת־ישׂראל ווערט די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג ניט פֿאַרקלענערט, און האַלט אין איין וואַקסן. דאָס האָט געבראַכט צו אַ פֿאַרשטאַרקונג פֿון פּראָ־ישׂראלדיקע שטימונגען צווישן די ישׂראלדיקע קריסטן־אַראַבער. שוין עטלעכע יאָר איז טעטיק אַן אָרגאַניזאַציע „פֿאָרום פֿאַר מאָביליזאַציע פֿון דער קריסטלעכער עדה‟, און איר ציל איז אַן אָבליגאַטאָרישע מאָביליזאַציע פֿון די קריסטן אין צה״ל.
די קריסטן אין ארץ־ישׂראל טיילן זיך פֿונאַנדער אויף אַ ריי דענאָמינאַציעס. ס׳רובֿ פֿון זײ שטאַמען פֿון עטנישע גרופּעס, וואָס האָבן געלעבט אין ארץ־ישׂראל מיט יאָרן צוריק. זיי האָבן פֿאַרלוירן זייערע פֿריִערדיקע אומגאַנג־שפּראַכן (אַחוץ די אַרמענער און אַ טייל פֿון די אַראַמיש־שפּראַכיקע קריסטן), נאָר אָפּגעהיט זייער אידענטיטעט.
אין ישׂראל װױנט אַ גריכישע אַראַביש־שפּראַכיקע מינדערהייט, באַנאַנד מיט אַ קליינער, אַ פּאָר טויזנט נפֿשות, גריכיש־שפּראַכיקער גרופּע, דהײַנו:
אַרום 40 טויזנט נפֿשות פּראַוואָסלאַווע. אויף אַראַביש הייסן זיי רום, וואָס מיינט גריכן. גריכיש ווערט אָפּגעהיט בײַ זיי װי אַ תּפֿילות־שפּראַך.
גריכישע קאַטאָליקער, מעלקיטן. זיי זײַנען אַראַביזירט און באַטרעפֿן אַריבער 50 טויזנט נפֿשות, און זײַנען די מערהייט אינעם גלילער דאָרף פֿאַסוטאַ.
מוסולמענער, אָפּשטאַמיקע פֿון די קריסטן־גריכן. אַזוי װי, למשל, ס׳רובֿ תּושבֿים פֿונעם מוסולמענישן דאָרף אוביידיִאַ.
װי „אַרמים‟ אידענטיפֿיצירן זיך די אָנהענגער פֿון די מיזרחדיקע קירכעס, וועלכע נוצן אַראַמיש װי אַ תּפֿילות־שפּראַך: מאַראָניטן, יאַקאַביטן און די קליינצאָליקע גרופּעס כאַלדייער, אַשורים און סירישע קאַטאָליקער. לימודים אױף אַראַמיש זײַנען לעצטנס אײַנגעפֿירט געוואָרן אינעם גלילער דאָרף גוש־חלב, וווּ ס’רובֿ תּושבֿים זײַנען מאַראָניטן.
די ישׂראלדיקע רוימישע קאַטאָליקער אָדער, ווי מע רופֿט זיי, „די לאַטײַנישע עדה‟, זײַנען אַ גרופּע, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין דער צײַט פֿון די קרייץ־צוגן, איבער הויפּט פֿראַנצויזישע איבערוואַנדערער. הײַנט וווינען אין ארץ־ישׂראל עטלעכע צענדליקער טויזנטער רוימישע קאַטאָליקער. שפּראַכלעך זײַנען זיי אַראַביזירט, אָבער אויף אַראַביש רופֿט מען זיי נאָך אַלץ „פֿראַנדזש‟, ד.ה. פֿרענקען.
די מערהײט פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג אין ארץ־ישׂראל זײַנען מוסולמענער־סוניטן, אָבער בלויז אויבערפֿלעכלעך שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר אַ מאָנאָליטע גרופּע. אין דער ווירקלעכקייט קען מען צווישן זיי אויסטיילן אַ צענדליק סוב־גרופּעס, וועלכע היטן אָפּ מינהגים פֿון זייער עטנישער אָפּשטאַמונג.
די גרעסטע גרופּע שאַפֿן די אַראַביש־שפּראַכיקע קורדן – אַרום 100 טויזנט נפֿשות אין מדינת־ישׂראל און אַרום 400 טויזנט נפֿשות, אויב מע נעמט אין באַטראַכט אויך די מוסולמענער פֿון יהודה און שומרון. די קורדיש אָפּשטאַמיקע זײַנען די קינדס־קינדער פֿון די מיגראַנטן — זינט מיטל־אַלטער און ביז די מאָדערנע צײַטן.
באַנאַנד מיט די טשערקעסן, וועלכע היטן אָפּ זייער שפּראַך און קולטור, איז דאָ אױך אַ בולטע אַראַביש־שפּראַכיקע מינדערהייט, וועלכע היט אָפּ איר היסטאָרישן זכּרון וועגן זייער טשערקעסישער אָפּשטאַמונג. זייער צאָל דערגרייכט 30 טויזנט נפֿשות. די אַראַביזירטע טשערקעסן באַטרעפֿן ס’רובֿ פֿונעם ייִשובֿ אַבו־גאָש, וואָס געפֿינט זיך מערבֿ צו פֿון ירושלים.
צו די קלאַנען, וואָס שטאַמען פֿון טערקן און נאָענטע צו זיי טורקאָמאַנען, געהערן צענדליקער טויזנטער מענטשן, קודם־כּל, דער שבֿט אַראַב על־טורקאָמאַן, וואָס לעבט אינעם ראַיאָן פֿון דזשענין.
צו די נײַע איבערוואַנדערער געהערן די פּאַלעסטינער אַלבאַנער. זיי וווינען אין עכּו און אין ירושלים. זייער צאָל באַטרעפֿט עטלעכע טויזנט נפֿשות.
ציגײַנער־מוסולמענער לעבן איבער הױפּט אין ירושלים, אַרום 2 טויזנט נפֿשות. זײ היטן אָפּ זייער אָפּגעזונדערטקייט און טיילווײַז אַפֿילו די שפּראַך.
אַ באַזונדערע עטנישע גרופּע שאַפֿן די איסלאַמיזירטע שומרונים, אַרום 30 טויזנט נפֿשות. זיי זײַנען קאָנצענטרירט אין דער אומגעגנט פֿון שכם. עס זײַנען דאָ אויך כּמעט 1000 שומרונים, וואָס היטן אָפּ זייער רעליגיע (אַן אוראַלטע ייִדישע סעקטע, וועלכע לייקנט אָפּ די הייליקייט פֿון ירושלים און האַלט פֿאַר הייליק אָרט בלויז הר־גריזים, וואָס איז דערמאָנט אין דער תּורה).
אַריבער 50 טויזנט נפֿשות דערגרייכט די צאָל מיטגלידער פֿון מוסולמענישע קלאַנען, וועלכע שטאַמען פֿון ייִדן. ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען אין יהודה. אינעם שטעטל יאַטאַ, לעבן חבֿרון, זיי זײַנען די מערהייט פֿון די תּושבֿים.
אַ באַזונדערע גרופּע שאַפֿן אַזוי גערופֿענע סודאַנער ‒ איבער הויפּט אָפּשטאַמיקע פֿון די אַפֿריקאַנישע קנעכט, געבראַכטע קײן ארץ־ישׂראל דורך אַראַבער.
עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע גרופּעס מוסולמענער, וועלכע היטן אָפּ דעם זכר פֿון זײער ניט־אַראַבישער אָפּשטאַמונג: פּערסן, אַפֿגאַנער, אינדיִער, גרוזינער אאַז״אַ. פֿונעם רעליגיעזן שטאַנדפּונקט טיילן זיך אויס אַ פּאָר טױזנט אָנהענגער פֿון דער שיִיִטישער סעקטע אַכמאַדיִע, וואָס זײַנען קאָנצענטרירט אינעם חיפֿהר קוואַרטאַל קאַבאַביר. אַריבער 2 טויזנט אַלאַוויטן װױנען אינעם דאָרף ראַדזשאַר בײַ דער לבֿנונער גרענעץ. פֿאַר מוסולמענער רעכענען זיי זיך בלויז פֿאָרמעל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.