די מאָסקווער ייִדישע קהילות ברענגען אַרויס זייער סאָלידאַריטעט מיט מדינת־ישׂראל. דינסטיק דעם 22סטן אָקטאָבער האָט די ליטוואַקישע קהילה בשותּפֿות מיטן רוסלענדישן ייִׅדישן קאָנגרעס דורכגעפֿירט אַ רעליגיעזע אַקציע צו שטיצן ישׂראל — „דאָס גרויסע הפּרשת-חלות‟. אין דער אַקציע האָבן זיך באַטייליקט אַרום 400 פֿרויען. די רביצין דאָרע גאָלדשמיט, די פֿרוי פֿונעם הויפּט-רבֿ פֿון מאָסקווע, האָט דערציילט דעם עולם וועגן דעם באַטײַט פֿון דער מיצווה פֿון חלה, און געוויזן ווי אַזוי מען קען פֿלעכטן אַ חלה. אויפֿגעטראָטן איז אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם רוסלענדישן ייִׅדישן קאָנגרעס יורי קאַנער. ער האָט דערציילט וועגן דעם פּראָיעקט, וואָס אין זײַנע ראַמען איז דורכגעפֿירט געוואָרן דאָס הפּרשת-חלות, „דער שבת-פּראָיעקט‟, וואָס איז אַנטשטאַנען אין דרום-אַפֿריקע מיט 2 יאָר צוריק. דער ציל פֿונעם פּראָיעקט איז צו פֿאַראייניקן די ייִדן אין אַלע לענדער דורך אַ סימבאָלישער רעליגיעזער אַקציע — אַלע ייִׅדן זאָלן פּראַווען כאָטש איין שבת לויט אַלע געזעצן. די מאָסקווער קהילה נעמט אָנטייל אין דעם פּראָיעקט דאָס צווייטע יאָר.
דער צענטער פֿון אינטעלעקטועל לעבן אויף דער ייִדישער גאַס אין מאָסקווע בלײַבט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟, וואָס רופֿט זיך אָפּ אויף אַקטועלע פֿראַגן פֿון דער מאָדערנער צײַט און פֿאַרבינדט זיי מיט דער ייִׅדישער טראַדיציע. דאָס מאָל האָט מען אויסגעקליבן די טעמע פֿון וואַנדערונגען, מיגראַציע און פֿרעמד-זײַן. דער ליטעראַטור‑פֿאָרשער פֿון ישׂראל, אַ קענער פֿון תּלמוד ראובֿן קיפּערוואַסער האָט געגעבן אַ רעפֿעראַט מיטן נאָמען „מיגראַנט בײַ דײַן טויער: אייגענע און פֿרעמדע אין די תּלמודישע געשיכטעס‟. ער האָט פֿאָרגעשטעלט און אַנאַליזירט עטלעכע געשיכטעס פֿון פּאַלעסטינישן תּלמוד, וואָס זייערע העלדן זענען מענטשן, אָנגעקומען קיין גליל פֿון ווײַטע קאַנטן פֿון דער רוימישער אימפּעריע. קיפּערוואַסער האָט פֿאַרגליכן די באַציִונג צו זיי פֿון תּלמודישן נאַראַטאָר מיט דער באַציִונג פֿון די מאָדערנע מערבֿדיקע געזעלשאַפֿטן צו מיגראַנטן פֿון מיזרח, און דערציילט וועגן דער ראָלע, וואָס ס׳שפּילן אַזעלכע געשיכטעס אין תּלמוד. די פֿיגור פֿון אַ פֿרעמדן, וואָס איז „אָנגעפֿאָרן‟ פֿון דער ווײַטנס, איז געווען נייטיק, כּדי אויפֿצובויען די אידענטיטעט פֿון „היגע‟ און צו באַשטימען אייגענע גרענעצן, ווי אויך צו דערקלערן דעם זין פֿון דער מיצווה פֿון הכּנסת-אורחים.
אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִׅדישן מוזיי האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג „לאַסט פֿאָליאָ‟ פֿונעם פֿאָטאָגראַף יורי דויטש, אַ ייִד פֿון סלאָוואַקיע. אין 1997, בײַם קבֿר פֿון זײַן טאַטן, האָט זיך דויטש באַקענט מיט אַ פֿרוי, וואָס איז לעבן געבליבן אין חורבן. איר געשיכטע האָט אים איבערצײַגט צו שאַפֿן אַ נײַע סעריע אַרבעטן. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער סלאָוואַקיע און געזאַמלט דערציילונגען און אַרטעפֿאַקטן פֿון די עדות פֿון דער צווייטער וועלט‑מלחמה. בעת זײַנע זוכענישן האָט ער צופֿעליק געפֿונען אַ בוך מיטן „עקסליבריס‟ פֿון זײַן אייגענעם זיידן, וואָס איז אומגעקומען אין אוישוויץ. עס ווערן אויסגעשטעלט פֿאָטאָבילדער פֿון ייִדישע קאַצעטניקעס, זייערע פֿאַרשריבענע געשיכטעס, בילדער פֿון צעשטערטע שילן און בית-עולמס און אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. די אויסשטעלונג איז שוין אַרומגעפֿאָרן אַ סך מוזייען אין פּראָג, קעמברידזש, בריסל, ניו‑יאָרק, רוים, ווין און אַנדערע קולטור-צענטערס. אין מאָסקווע וועט זי זײַן אָפֿן ביזן 17טן יאַנואַר.
קיין רוסלאַנד איז געקומען דער פּראָיעקט „פּיזשאַמאַ-ביבליאָטעק‟ (PJ Library).
משפּחות מיט קינדער פֿון 4 ביז 8 יאָר וועלן קענען באַקומען ייִדישע קינדער‑ביכער צו לייענען זיי משפּחהווײַז. דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון עטלעכע וווילטעטיקייט‑אָרגאַניזאַציעס, בתוכם „טשעריטי אייד פֿונדאַציע‟ און דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס. די ביכער און זייער ליווערן וועט זײַן פֿרײַ פֿאַר די משפּחות. עס וועלן פֿאָרגעלייגט ווערן צום לייענען 10 ביכער אַ יאָר, און דאָס ערשטע פֿון זיי איז עריק קימעלס „חנוכּה-בער‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: די פֿעדעראַציע פֿון ייִׅדישע קהילות אין רוסלאַנד (חב״ד), וואָס שליסט אײַן אַרום 140 קהילות, און די ייִׅדישע נאַציאָנאַל-קולטורעלע אויטאָנאָמיע, וואָס האָט פֿיליאַלן אין אַׅן ערך 50 שטעט, האָבן דערקלערט אַ בשותּפֿותדיקע טעטיקייט. זיי פּלאַנירן צו אַרבעטן צוזאַמען אין עטלעכע ספֿערעס — פֿאָרצושטעלן די ייִׅדישע אָרגאַניזאַציעס בײַ דער רוסלענדישער מלוכה און צו באַשיצן זיי; צו אַנטוויקלען די מיטאַרבעט פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס מיט אַנדערע פֿאַראיינען; צו פּאָפּולאַריזירן די ייִדישע קולטור און צו שטיצן די פֿאָרשונגען אין ייִׅדישע לימודים. ביידע צדדים האָבן געשלאָסן דעם אָפּמאַך אויף אַ יאָר מיט אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרלענגערן אים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.