נישט לאַנג צוריק, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ דערציילט וועגן דער כינעזישער דאָקטאָראַט־סטודענטקע, יאַנג מענג, וועלכע האָט אויסגעלערנט ייִדיש, אין שײַכות צו איר דיסערטאַציע וועגן דער ייִדישער פּליטים־קהילה אין שאַנכײַ, און געשאַפֿן אַ ייִדישן וואַריאַנט פֿון אַ קלאַסיש כינעזיש ליד.
ס׳איז טאַקע אַ חידוש, אַז אַן עכטע כינעזישע פֿרוי האָט זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש און אויסגעזונגען אַ ווערק פֿון אַ באַרימטן מיטל־עלטערלעכן בודיסטישן פּאָעט סו שי אויף כינעזיש, באַגלייט מיט איר אייגענער ייִדישער איבערזעצונג. ס׳איז אָבער כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז אויף ייִדיש זענען שוין אַרויס גאַנצע ביכער וועגן דער כינעזישער קולטור, פּאָעזיע און פֿילאָסאָפֿיע, און עס זענען אָנגעשריבן געוואָרן לידער וועגן די כינעזער.
אין פֿאַרגלײַך מיט די קריסטלעכע מערבֿדיקע פֿאָרשער, וואָס האָבן ביז לעצטנס באַטראַכט די מיזרחדיקע לענדער ווי „עקזאָטישע‟ און „מאָדנע‟, זענען די ייִדן בעצם אַ קאָסמאָפּאָליטיש פֿאָלק. יעדער טראַדיציאָנעל געבילדעטער שטעטלדיקער ייִד אין מיזרח־אייראָפּע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די ווײַט־מיזרחדיקע קולטור קאָן זײַן „היימיש‟, אין אַ געוויסן זין, ווײַל ייִדן לעבן דאָך אין גלות און זענען צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. די אַלטע ייִדישע געשיכטעס וועגן טערקישע סולטאַנען אָדער נסיעות קיין אינדיע קלינגען נישט מער „עקזאָטיש‟, ווי די אייראָפּעיִשע מעשׂיות וועגן באַהאַלטענע שלעסער און מכשפֿות. דערפֿאַר, בפֿרט אינעם פּראָגרעסיוון קאָנטעקטס פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, איז נישט קיין חידוש, אַז כינע האָט אויך פֿאַרנומען אַן אָרט אין אונדזער ליטעראַטור.
דער באַקאַנטסטער ייִדישער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון כינעזישע טעמעס איז געווען, מסתּמא, דער פּאָעט און שרײַבער אליהו־חיים שעפּס (1892—1963), באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים אַ. אַלמי. אַ געבוירענער אין גאָר אַן אָרעמער וואַרשעווער משפּחה, איז ער פֿון קינדווײַז אָן געווען אַרומגערינגלט מיט זונות, גנבֿים און אַנדערע אונטערוועלטניקעס. וווינענדיק אין פּוילן, האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין נח פּרילוצקיס פֿאָלקלאָריסטישער גרופּע, אַרומגעפֿאָרן און געזאַמלט אַלטע ייִדישע פֿאָלקס־לידער, מעשׂיות און תּחינות.
עס קאָן זײַן, אַז צוליב דער אָרעמשאַפֿט אין די קינדער־יאָרן האָט זיך בײַ אַלמי דערוועקט אַ געוויסער „גײַסטיקער אַוואַנטוריזם‟ און דער באַגער צו פֿאַרשטיין אַלע וועלט־קולטורן, און אַפֿילו אַ קוק צו טאָן אויף יענער וועלט. אינעם יאָר 1921, אַרבעטנדיק ווי אַ זשורנאַליסט אין דער מאָנטרעאָלער פּובליקאַציע „קענעדער אָדלער‟, האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן בוך „די צווייטע עקזיסטענץ‟, וועגן דער קאָמוניקאַציע מיט די טויטע דורך מיסטישע מיטלען. ער דערציילט, אַז אינעם יאָר 1917 האָט אַ קריסטלעכע אירלענדישע פֿרוי, וועלכע האָט געדינט ווי אַ מעדיום בעת אַ ספּיריטואַליסטישן סעאַנס, האָט פּלוצעם אויסגעשריגן, אַז יצחק־לייבוש פּרץ איז צו איר געקומען. אַלמי דערמאָנט זיך, אַז דעמאָלט האָט ער טאַקע דערזען אויף אַ רגע דעם געשפּענסט פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער.
אַלמי האָט מיטגעאַרבעט מיטן „פֿאָרווערטס‟ און מיט אַ גאַנצער ריי אַנדערע ייִדישע זשורנאַלן און צײַטונגען. זײַענדיק אַן אַנאַרכיסט, איז ער אָבער מער באַקאַנט ווי אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דער „פֿרײַער אַרבעטער־שטימע‟. זײַנע נשמה־וואַנדערונגען האָבן בײַ אים אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צו פֿאַרשיידענע מיזרחדיקע לענדער און גײַסטיקע טראַדיציעס, פֿון די אַלט־מיצרישע ביז די אַמעריקאַנער אינדיאַנער. אינעם יאָר 1925 איז אין ניו־יאָרק אַרויס זײַן בוך „די כינעזישע פֿילאָסאָפֿיע און פּאָעזיע‟. מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט ער ממשיך געווען זײַן פֿאָרשונג און פֿאַרעפֿנטלעכט אין ווילנע אַ בוך וועגן בודיזם. אַלמיס אומרויִקער גײַסט דריקט זיך בולט אויס אינעם נאָמען פֿון זײַן עסייען־זאַמלונג „ליטעראַרישע נסיעות‟. אַלמי דערמאָנט זיך, אַז ווען זײַן ווערק איז אַרויס ווי אַ סעריע המשכים אין דער „פֿרײַער אַרבעטער־שטימע‟, האָט ער אָפֿט געהערט די טענה: „וואָס מיר פּלוצעם כינעזער? שרײַבט וועגן ייִדן‟. זײַענדיק אַן איבערצײַגטער אינטערנאַציאָנאַליסט, וואַרפֿט ער זיך אַרויף אויף די קריטיקער, באַשולדיקט זיי אינעם „דושנעם פּראָווינציאַליזם‟ און באַמערקט סאַרקאַסטיש, אַז זיי האָבן זיך אַרומגעשטעלט מיט אַ ייִדישן כינעזישן מויער, מיינענדיק, אַז די וועלט ענדיקט זיך אין בערלין און פּאַריז.
דער מחבר שאַפֿט אַ ראָמאַנטישן אימאַזש פֿון כינע ווי אַ לאַנד, וווּ אַנשטאָט דער אָרגאַניזירטער רעליגיע פֿאַרנעמט זיך יעדער איינער מיט פּערזענלעכע פֿילאָסאָפֿישע חקירות. דאָס איז, אַוודאי, אַ נאַיִווע גוזמא. למשל, דער „בודיזם פֿונעם ריינעם לאַנד‟ איז אַוודאַי אַ פּאָפּולערע כינעזישע פֿאָלקס־רעליגיע. כּדי דאָס צו פֿאַרשטיין, איז גענוג אַרײַנצוקוקן אינעם טעמפּל, וואָס שטייט אינמיטן דעם ניו־יאָרקער ראַיאָן טשײַנאַטאַון — נישט ווײַט פֿון די מקומות, וווּ דער פּאָעט האָט אַמאָל געוווינט.
אין אַלמיס זאַמלונג פֿון כינעזישע לידער זענען אַרײַן איבערזעצונגען פֿון מיכאל ווינאָגראַד, אַלטער־חיים העלער און קלמן הײַזלער. אַלמי, זײַענדיק אַליין אַ באַגאַבטער פּאָעט, דערקלערט אַ ריי טעכנישע שוועריקייטן, אויף וועלכע אַ ייִדישער איבערזעצער שטויסט זיך אָן בײַם איבערזעצן די פּאָעטישע ווערק פֿונעם קלאַסישן ליטעראַרישן כינעזיש. אינעם אָריגינאַל קלינגט די מיטל־עלטערלעכע כינעזישע דיכטונג זייער פּרעציז און לאַקאָניש; יעדער טראַף שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאַנץ וואָרט. איבערצוגעבן דעם אָריגינעלן ריטעם אויף ייִדיש, אָפּהיטנדיק דערבײַ דעם גאַנצן באַדײַט, איז דערפֿאַר זייער שווער, און אָפֿט בכלל אוממעגלעך. אַלמיס באַמערקונגען בלײַבן גאַנץ ניצלעך פֿאַר די הײַנטיקע איבערזעצער.
אַלמי איז נישט געווען דער איינציקער ייִדישער פּאָעט, וואָס האָט אַרויסגעוויזן אַן אַקטיוון אינטערעס צו כינעזישע טעמעס. ראובֿן אײַזלאַנד האָט אין די 1920ער יאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצע ריי פּאָעטישע איבערזעצונגען פֿון כינעזיש אינעם ניו־יאָרקער זשורנאַלן „שריפֿטן‟, פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערניסטישער פּאָעטישער גרופּע „די יונגע‟. פּראָזאַיִשע איבערזעצונגען פֿון כינעזישע לעגענדעס אויף ייִדיש זענען דערשינען נאָך אינעם 18טן יאָרהונדערט.
צום באַדויערן, האָט אַלמיס וואַנדער־גײַסט נישט דערלאָזט אים צו שטודירן די רוחניותדיקע וועלטן און יענוועלטיקע געשפּטענסטער בלויז פֿון דער ווײַטנס. אינעם יאָר 1968 האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן אין ניו־יאָרק.
אינעם יאָר 1930, האָט דער טראַגיש אומגעקומענער טרוימער פֿאָרויסגעזאָגט, אַז ייִדיש וועט זיך פֿאַרוואַנדלען פֿון אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער אין אַן אַלוועלטלעכער שפּראַך, און וועט זיך פֿאַרשפּרייטן אין אַפֿריקע און אַזיע.
אַזוי איז טאַקע געשען, אָבער נישט ווי אַ פֿריילעכער מאַרש פֿון אונדזער שפּראַך איבער דער וועלט, נאָר מחמת די בלוטיקע געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין מײַ 1941 האָבן די פּליטים אין שאַנכײַ געעפֿנט די ייִדישע וואָך־צײַטונג „אונדזער לעבן‟. בעתן חורבן, האָט מען אין שאַנכײַ געשפּילט פּיעסעס און געפֿירט ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש. במשך פֿון אַ קורצער צײַט איז כינע טאַקע געוואָרן אַ גרויסער צענטער פֿון אַ לעבעדיקער און בליִענדיקער ייִדישער קולטור, אין פֿאַרגלײַך מיט דער חרובֿ־געוואָרענער מיזרח־אייראָפּע.
אינעם ליד „כינעזער‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1954, אין דער זאַמלונג „לעצטע געזאַנגען‟, שילדערט אַלמי זײַנע כינעזישע שכנים פֿונעם ניו־יאָרקער טשײַנאַטאַון:
זיי שלײַכן זיך
מיט דראָבנע טריט
אויף פֿרעמדן שליאַך —
טריט־טראָט — איינזילביק
ווי די שפּראַך
פֿון כינע־לאַנד —
און ווי זיי וואָלטן זיך געהיט
נישט אויפֿצוטרייסלען דאָס געמיט
פֿון ווײַסע, שטאָלצע האַרן
אויף פֿרעמדע טראָטואַרן.
טריט־טראָט, טריט־טראָט
בײַטאָג, בײַנאַכט
דורך פֿרעמדער שטאָט —
די קעפּ — צו דר׳ערד,
צו שטיין, צו שיך,
פֿאַרטיפֿט אין וואָס — אין וועלט? אין זיך?
נאָר די מאַנדל־אויגן, שטאַר —
מיט צען טויזנט יאָרן צער
פֿון הונדערטער מיליאָנען —
דערציילן וואָס און מאָנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.