די „יו־ען סעקיוריטי־קאַונסיל‟ באַשטייט פֿון אַ געקליבענער חבֿרותא, און איר עובֿדה איז צו האַלטן אַן אויג אויף די פֿעלקער פֿון דער וועלט, מען זאָל זיך נישט אויסשעכטן. דאַכט זיך, אַ גן־עדנדיקע פּראָפֿעסיע, וואָס דאַרף שטראָפֿן יענע, וועלכע באַגייען עוולות קעגן אומשולדיקע נפֿשות, אויפֿן געביט פֿון פּאָליטיק, רעליגיע, פֿאַרכאַפּונג, ברוטאַלער אויסראָטונג, אומשולדיקע פּליטים, וואָס אַנטלויפֿן כּסדר פֿון אַכזריות, הריגה, הונגער און נויט, און דאָס איז בלויז אַ לעק איבער דער סטעצקע מיט עוולות.
ערשט איך קוק אַרײַן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿון אָקטאָבער 24, 2015, וווּ עס דונערט מיט שרײַענדיקע קעפּלעך:
„סקלעראָטישער באַן־קי־מון, דער סעקרעטאַר פֿונעם ׳יו־ען סעקיוריטי־קאַונסיל׳, אונטער פֿײַער פֿאַרן דורכפֿאַל צו האַלטן שלום אויף דער וועלט.‟
וואָלט איר דאָך געמיינט, אַז באַן־קי־מון איז מיטאַמאָל צו זיך געקומען און גענומען אויפֿן צימבל זײַנע קאָלעגעלעך פֿון „סעקיוריטי־קאַונסיל‟ מיטן ציל זיי אָנצוטאָן דעם באַרג אויפֿן קאָפּ פֿאַרן נישט רעאַגירן אויף די וועלט־געשעענישן. אַ נעכטיקער טאָג, דאָס וואָס ס’גיסן זיך עמערס בלוט אין סיריע, אין איראַק, אין אַפֿגאַניסטאַן, כּמעט אין גאַנצן מיטעלן מיזרח, דאָס איז נישט מער ווי קליין־געלט. אַז עס האָט נישט צו טאָן מיט ישׂראל, איז עס נישט קיין טעמע צום באַטראַכטן. מיטן מאָמענט ישׂראל איז אין די קעפּלעך, וואַכט מען אויף, גרייט צו פֿאַרדאַמען.
דערווײַל לעבט דער „סעקיוריטי־קאָונסיל‟ אין שוווילטאָג, מ’פּאַסמאַקעוועט זיך מיט געשמאַקע מאכלים אין פּריוואַטע רעסטאָראַנען קעגן איבער דער „יו־ען‟. אַזוי גיט איבער די „ניו־יאָרק טײַמס”, מ’פֿרעסט און מ’זויפֿט פֿון אַלעם גוטן, מ’זשליאָקעט פֿון די בעסטע ווײַנען אויפֿן חשבון פֿונעם גבֿיר, און איידער זיי האָבן דאָס מאָל געהאַלטן בײַם אַראָפּשלינגען דעם קאַוויאַר מיט די געבראָטענע קאַטשקעלעך, האָט זיי באַן־קי־מון אַ פֿליק געטאָן אין די פּיסקעס, ס’הייסט, ווי קומט עס וואָס זיי פֿרעסן און זשליאָקען בעת עס טוט זיך אַ מהומה אין ירושלים? ווי נאָר ס’האָט צו טאָן מיט ישׂראל, אַזוי וועקט מען זיך איבער מ’נעמט טעלעפֿאָנירן די קאָנסולטאַנטן.
כאַפּט באַן־קי־מון אַ „טשאַרטער‟, פֿליט קיין אַמאַן, זיך דורכשמועסן מיטן יאָרדאַנישן קעניג אַבדולאַ דעם צווייטן, וואָס ליגט אין געהאַקטע וווּנדן צוליב דער אינפֿילטראַציע פֿון די סירישע פֿליכטלינגען. נעמען זיי זיך האַנדלען. זאָגט אַבדולאַ:
„חבֿר זיסער באָן־קימונטשיק, דו נעם צו פֿון מיר פֿופֿציק טויזנט פּליטים, און איך וועל דיר העלפֿן מיט ישׂראל!‟
באָן־קי־מון וויל וויסן: ווי אַזוי? זאָגט אים אַבדולאַ דער צווייטער:
„איך וועל זיך דערווײַל אַרײַנכאַפּן קיין קאַטאַר און כאַפּן אַ שמועס מיטן קאַטאַרער צאַר, לאָמיך הערן וואָס ער האָט צו זאָגן וועגן די מעסער־שטעך אין ירושלים מיט דער דריטער אינטיפֿאַדאַ…‟
האָט זיך באַן־קי־מון אומגעקערט קיין ניו־יאָרק ענטוזיאַסטיש; נאָך אַלעמען, האָט ער עפּעס אויפֿגעטאָן. דעם זעלבן טאָג איז ער אַוועק אין רעסטאָראַן אַנטקעגן דער „יו־ען‟, בעת מ’האָט שוין דאָרט סערווירט ליאָדעס מיט טערקישער קאַווע, האָט ער גענומען טאַדלען די חבֿרה ליידיקגייער פֿון „סעקיוריטי קאַונסיל‟, נעמלעך, אַז ס’איז געקומען די העכסטע צײַט אײַנצוטונקען אַ האַנט אין קאַלטן וואַסער און נישט כאָליען גאַנצע טעג אין ראָסקאָש.
ט‘האָסטו דיר! ס’ווײַזט זיך אַרויס, אַז באַן־קי־מונס שטעלע קומט צום שלוס, וועט מען דאַרפֿן אויסקלײַבן אַ נײַעם גענעראַל־סעקרעטאַר אין דער „יו־ען‟. האָט מען פֿאָרגעלייגט אַ פֿרוי זאָל איבערנעמען די פּאָזיציע פֿון גענעראַל־סעקרעטאַר, אָבער ווער וועט זי צולאָזן צום בענקל, ווען די אַסעמבלי באַשטייט דורכאויס פֿון מענערישן מין, אַ סך פֿון זיי — מוסולמענער, וווּ אַ פֿרוי איז נישט מער ווי אַ שרץ אויף דער וואַנט, ווערט נישט מער ווי קדחת מיט כּשרן פֿאָדעם, נישט מער ווי אַ לאָך פֿון אַ בייגל? וועט מען טאָן וואָס אַלע טוען, מ’טוישט זיך מיט די בענקלעך און ווײַטער האָבן די וועלט אין דר’ערד, ביז ס’וועט קומען צו ישׂראל. דעמאָלט וועט מען זיך איבערוועקן און נעמען טאַדלען און שפּײַען מיט גאַל, אַהין, אַהער, די ישׂראלים…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.