דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ פּראָיעקט, צוזאַמען מיט דער ייִדישער טאָג־שול „קאָלעכיאָ איסראַעליטאַ דיי מעקסיקאָ־אָרט‟ אין דער שטאָט מעקסיקע צו סאָרטירן טויזנטער ייִדישע ביכער, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין אַ ביבליאָטעק אין דער שול, און זיי פּרעזערווירן. די ביכער, בסך־הכּל מער ווי 8,000 עקזעמפּלאַרן, האָט מען געדאַרפֿט צונעמען צוליב דעם, וואָס מע וועט אין גיכן רעמאָנטירן די שול־ביבליאָטעק און עס וועט פֿאַר זיי ניט בלײַבן קיין איבעריק פּלאַץ. דערצו, זענען די ביכער געווען אין אַ געפֿאַר, ווײַל די ביבליאָטעק ווערט צומאָל פֿאַרפֿלייצט, און געוויסע עקזעמפּלאַרן זענען שוין רויִנירט געוואָרן דורכן וואַסער.
„ס׳איז געווען אַ קאָלאַסאַלע אַרבעט‟, האָט דערקלערט מיכל יאַשינסקי, אַ סטיפּענדיאַנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וואָס איז געפֿאָרן קיין מעקסיקע צוזאַמען מיט זײַן קאָלעגע קריסטאַ וויטני, אָפּצוראַטעווען די ביכער. קריסטאַ און מיכל האָבן איבערגעגעבן בעת אַן אומפֿאָרמעלן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז זיי האָבן דורכגעקוקט 250 ריזיקע קאַסטנס ביכער במשך פֿון פֿינף טעג. געוויסע ביכער, אַרום 3,000, וועלן אַריבערגעפֿירט ווערן אין אַ נײַעם „צענטער פֿאַר דאָקומענטאַציע‟ פֿון דער אַשכּניזישער ייִדישער קהילה אָדער בלײַבן אין אַנדערע ערטער אין מעקסיקע. ס׳רובֿ, אָבער, אַרום 5,000, וועלן אַוועקגעשיקט ווערן אין אַמהערסט. לויט יאַשינסקי, וועגן די 157 קאַסטנס ביכער, וואָס מע וועט שיקן קיין אַמהערסט, אַרום 8,500 פֿונט.
די „קאָלעכיאָ־איסראַעליטאַ־אָרט‟, נאָך אַלץ באַקאַנט צווישן די מעקסיקאַנער ייִדן ווי „די ייִדישע‟, האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ ריזיקע קאָלעקציע פֿון ייִדישע ביכער צוליב דעם, וואָס זי האָט דורות־לאַנג געלערנט ייִדיש אויף זייער אַ הויכן ניוואָ. אַפֿילו נאָך מיט אַ דור צוריק האָבן די תּלמידים געלייענט שלום־עליכם, דער „ניסתּר‟ און אַנדערע ייִדישע שרײַבער אויף ייִדיש, און האָבן געדאַרפֿט אַרומרעדן זייערע ווערק אויף מאַמע־לשון. כאָטש מע לערנט הײַנט מער ניט קיין ייִדיש, זענען דאָ הונדערטער יונגע גראַדואַנטן פֿון „דער ייִדישער שולע‟, וואָס קענען גאַנץ גוט לייענען און שרײַבן ייִדיש. אַ פּאָר פֿון זיי, בראָש מיט אַרטוראָ קערבל־שיין און טאַלי מאַרגאָלעס (וואָס האָט פֿאַרענדיקט אַן ענלעכע שול אויפֿן נאָמען פֿון י. ל. פּרץ), האָבן אָרגאַניזירט רעגולערע טרעפֿונגען פֿאַר יונגע־לײַט, וואָס מע האָט אַ נאָמען געגעבן „ייִדישע שטוב‟, אויף וועלכע מע האָט גערעדט ייִדיש און זיך געלערנט וועגן דער ייִדישער קולטור. פֿונעם פּראָיעקט „ייִדישע שטוב‟ איז לכתּחילה אויסגעוואַקסן די איניציאַטיוו צו טאָן עפּעס מיט די ביכער. שפּעטער האָבן עסטעלע אײַזנמאַן, אַ לאַנג־יאָריקע לערערקע אין „דער ייִדישער‟, צוזאַמען מיט ליאָראַ זימאַן, וואָס פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט צו רעמאָנטירן דער שולס ביבליאָטעק, פֿאַרבעטן דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ צו קומען און סאָרטירן די ביכער.
בעת אַן עפֿנטלעכער פּראָגראַם פֿאַר דער אַשכּניזישער קהילה, וואָס מע האָט פֿילמירט און אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟, האָבן ליאָראַ זימאַן, עסטעלע אײַזנמאַן און קריסטאַ וויטני דערקלערט אַ ריזיקן עולם פֿאַרזאַלמטע וועגן זייער אַרבעט מיט די ייִדישע ביכער. זימאַן האָט געגעבן דעם עולם צו פֿאַרשטיין, אַז כאָטש ס׳רובֿ פֿון די ביכער וועלן פֿאַרלאָזן מעקסיקע, וועט מען שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע ביבליאָטעק אין מעקסיקע מיט די ביכער, וואָס ווערן ניט אַוועקגעשיקט אין אויסלאַנד. דערצו הייבט מען אָן צו זאַמלען ייִדישע ביכער פֿון קהילה־מיטגלידער און מע וועט זיי שפּעטער אַוועקגעבן צו משפּחות אין דער קהילה דורך אַ פּראָגראַם, אין וועלכער געוויסע היימען וועלן „אַדאָפּטירן‟ ייִדישע ביכער.
עסטעלע אײַזנמאַן האָט דערקלערט דעם עולם, אַז נאָך אַ סיבה פֿאַר וואָס מע האָט געדאַרפֿט אָפּראַטעווען די ביכער איז געווען, ווײַל דאָס פּאַפּיר אין אַ סך פֿון זיי וועט זיך צעפֿאַלן. אין איר רעדע האָט קריסטאַ וויטני דערקלערט, אַז „ווען מע טראַכט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור טראַכט מען לכתּחילה וועגן וואַרשע אָדער ניו־יאָרק, אָבער ניט וועגן דער שטאָט מעקסיקע. דער דאָזיקער פּראָיעקט וועט זײַן דער ערשטער טראָט דאָס צו בײַטן. די דאָזיקע ביכער, וואָס מע האָט דאָ אָנגעשריבן, זענען באמת אוצרות און נאָך דעם וואָס מיר וועלן זיי סקאַנירן און אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ, וועלן מענטשן אומעטום זיי קענען לייענען אין זייערע היימען מיט בלויז איין ׳דרוק׳ פֿון דער קאָמפּיוטער־מויז‟.
בעת אַ פֿילמירטן אינטערוויו מיט דער אָרטיקער ייִדישער צײַטונג „דיאַריאָ כודיאָ‟, האָט מיכל יאַשינסקי דערמאָנט אוצרות פֿון דער מעקסיקאַנער־ייִדישער ליטעראַטור ווי די פּאָעזיע־זאַמלונג „שטאָט פֿון פּאַלאַצן‟ פֿון יצחק בערלינער. דאָס בוך, וואָס ווײַזט אַ שטאַרקע השפּעה פֿון דער מעקסיקאַנער־אינדיאַנער קולטור, האָט אילוסטרירט דער באַקאַנטער מעקסיקאַנער מאָלער דיעגאָ ריוועראַ. אינעם אינטערוויו האָט קריסטאַ וויטני דערקלערט, אַז „אָט די ביכער זענען גאַנץ וויכטיק פֿאַר אונדז אין מאַסאַטשוסעטס, ווײַל מיר האָבן ניט אַזעלכע ביכער בײַ זיך‟. מיכל יאַשינסקי האָט צוגעגעבן, אַז נאָך די אַלע מעקסיקאַנער ייִדישע ביכער האָט מען אויך געפֿונען ייִדישע ביכער פֿון איבער גאַנץ לאַטײַן־אַמעריקע, צווישן זיי — טיטלען פֿון בראַזיל, אורוגווײַ, טשילע, קובע און קאָסטאַ־ריקאַ.
אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟ האָט מיכל יאַשינסקי דערקלערט, אַז כאָטש די אַרבעט איז געווען גאַנץ שווער, „איז עס געווען אַ כּבֿוד צו זײַן דאָרטן, אין אַן אָרט, מיט אַזאַ רײַכער ייִדיש־רעדנדיקער געשיכטע און צו העלפֿן פֿאַרזיכערן, אַז די דאָזיקע געשיכטע וועט פּרעזערווירט ווערן. קריסטאַ און איך האָבן באַקומען זייער אַ פֿײַנעם איבערבליק פֿון די טענדענצן במשך פֿון די יאָרן אין דער דאָרטיקער ייִדישער פֿאַרלעגערײַ און דערציִונגס־וועזן דורכן דורכבלעטערן טויזנטער זײַטן ראָמאַנען, לערן־ביכער, פּאָעזיע־זאַמלונגען און פּעריאָדישע אויסגאַבעס‟.
מיכל יאַשינסקי האָט ווײַטער דערקלערט, אַז בעת אַ טרעפֿונג מיט תּלמידים פֿון דער „קאָלעכיאָ איסראַעליטאַ‟, האָבן זיי אַרויסגעוויזן אַ סך אינטערעס צו ייִדיש. „ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע לערנט מער ניט דאָרטן קיין מאַמע־לשון, האָבן די קינדער נאָך אַלץ אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צו דער שפּראַך דורך זייערע משפּחות‟. יאַשינסקי האָפֿט, אַז דורך דעם קהילה־פּראָיעקט אַוועקצוגעבן די ייִדישע ביכער אין פֿאַרשידענע היימען, אַז מענטשן זאָלן האָבן בײַ זיך מוסטערן פֿון דער ליטעראַטור פֿון זייערע אָבֿות, וועט מען שאַפֿן אַ פֿאַרשטאַרקטן אינטערעס צו ייִדיש בײַ געוויסע מענטשן. „מיט דער אַרבעט, וואָס אַזעלכע מענטשן ווי עסטעלע מאַכן דאָרטן, מיין איך, אַז ס׳איז דאָ אַ סיבה צו האָבן אַ האָפֿענונג‟, האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.