שלאָף, קינד מײַנס, לייג דײַן שיין קעפּעלע
אויף דײַן מאַמעס שויס.
זינג איך דיר אַ לידעלע,
אַ געזונטער וואַקס מיר אויס.
אײַ־ליו־ליו, ליו־ליו…
טרוים איך מיר פֿון אַ שלום־וועלט
באַפֿעסטיקן כ’וועל דײַן גלויבן,
וואַקסן זאָלסטו ווי אַ ישׂראל־העלד
אין חלום וועסטו זען ווײַסע טויבן…
די פֿראַגע איז צי מע קען אַזעלכע שורות כאַראַקטעריזירן ווי פּאָעזיע, וואָס פֿאַרדינט צו האָבן אַ לייענער מחוץ דעם ענגן קרײַז פֿון דעם דיכטערס נאָענטע קרובֿים און פֿרײַנד? איך האָב געקענט אַ סך מענטשן, וואָס פֿלעגן שרײַבן געגראַמטע בדחנישע באַגריסונגען, כּדי זיי פֿאָרצולייענען בעת עפּעס אַ מסיבה, למשל, אַ חתונה צי אַ געבוירן־טאָג. איך האָב אַליין, מיט יאָרן צוריק, ניט איין מאָל געזינדיקט מיטן שרײַבן אַזעלכע זאַכן. אָבער ניט מיר, ניט ס’רובֿ אַנדערע, פֿאַלט עס אַפֿילו אין קאָפּ ניט אַרײַן צו רופֿן עס „פּאָעזיע‟ און צו האַלטן, אַז מע מוז די דאָזיקע ווערק אָפּהיטן און פֿאַרעפֿנטלעכן.
און דאָ גייט דורך טאַקע, אַ פּנים, די גרענעץ צווישן שורות, וואָס מע שרײַבט סתּם אַזוי, זיך און אַנדערע אויף קאַטאָוועס, און די שורות, וואָס האָבן ניט קיין קינסטלעריש ווערט, אָבער די מחברים זייערע האַלטן אַנדערש — זיי זײַנען זיכער, אַז זייער פּען שרײַבט אין דער אייביקייט. די מחברים פֿון דער צווייטער קאַטעגאָריע פּאָעטישע צי פּראָזאַיִשע כּמו־ליטעראַרישע טעקסטן רופֿט מען גראַפֿאָמאַנען אָדער גראַפֿאָ־מאַניאַקן.
ווען איך האָב געאַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, פֿלעגט די רעדאַקציע באַקומען אַ היפּש ביסל אַזעלכע „פּאָעטישע ווערק‟. אייניקע פֿון זיי האָט מען גלײַך געשיקט אַהין, וווּ זיי האָבן געדאַרפֿט זײַן, דהײַנו: אין מיסטקאַסטן. אַנדערע, אָבער, פֿלעגט מען צוגלעטן צי פּשוט איבערשרײַבן, און דערנאָך האָט מען עס געדרוקט ווי „ווערק פֿון אונדזערע לייענער‟.
יחיאל שרײַבמאַן, ז”ל, דער קעשענעווער מײַסטער פֿון ייִדישער פּראָזע און, אין תּוך אַרײַן, אַ דענקער (אַן עכטער שרײַבער איז תּמיד אַ דענקער) האָט אַ מאָל געשריבן, אַז ליטעראַטור נייטיקט זיך אין גראַפֿאָמאַנען. ער האָט געמיינט דערמיט, אַז טאָמער עס שעפּט זיך אויס דער שטראָם פֿון גראַפֿאָמאַניע, הייסט עס, אַז עס שעפּט זיך אויס די ליטעראַטור.
אין יאָר 1997 האָט מען מיך פֿאַרבעטן צו רעדן אין מאַיאַמי־ביטש פֿאַר דער יערלעכער צונויפֿקומעניש פֿון ייִדיש־קלובן. מע דאַרף זאָגן, אַז דעמאָלט איז דער עולם אויף אַזעלכע אַסיפֿות געווען גרעסער איידער אין די לעצטע יאָרן און די פּראָגראַם איז געווען מער אָנגעזעטיקט מיט פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען. עס זײַנען געווען אויסלענדישע געסט — פֿון קאַנאַדע, מעקסיקע, ישׁראל. איך בין דעמאָלט געקומען פֿון אָקספֿאָרד, וווּ עס האָט אין יענער צײַט עקזיסטירט דער ייִדיש־אינסטיטוט, וועלכער האָט, בפֿרט, געדרוקט דעם ליטעראַרישן זשורנאַל „די פּען‟ — דאַכט זיך, דער לעצטער זשורנאַל אויף ייִדיש פֿון אַזאַ שניט.
איך געדענק שוין ניט ווי אַזוי — ווער האָט אונדז צונויפֿגעשדכנט — אָבער בײַ אונדז, דער אַדמיניסטראַטאָרין פֿון דעם אינסטיטוט און מיר, איז געווען אַ באַגעגעניש מיט אַן אַלטן (אַפֿילו לויט דער מאָס פֿון ייִדיש־קלובן) ייִד, וואָס זײַן נאָמען איז געווען וואַלטער אַרצט. דעמאָלט האָב איך גאָרנישט ניט געוווּסט וועגן אים.
איצט קען איך זאָגן, אַז ער איז געווען אַ געוואַלדיקער טאַלאַנטירטער מענטש, אַ דערפֿינדער. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט אים, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, געבראַכט זײַן אײַנפֿאַל, אין די 1950ער יאָרן, צו מאַכן אַ נײַעם מין בגד פֿאַר פּיצינקע קינדער — babygro. ער האָט עס צוגעטראַכט און דאָס האָט אים געמאַכט ערנסט רײַך. און אַ מענטש איז ער, אַ פּנים, געווען אַ גוטער, אַ בעל־טובֿה. אַזוי לכל־הפּחות האָט מען וועגן אים געשריבן.
מיט אונדז, אָבער, האָט ער זיך געטראָפֿן צוליב גאָר אַן אַנדער ענין. די זאַך איז, אַז ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישן דיכטער. די שורות, וועלכע איך האָב געבראַכט אין אָנהייב פֿון דעם אַרטיקל, געהערן צו זײַן שאַפֿערישן עזבֿון. ווי אַ רײַכער מענטש, האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, ניט געהאַט קיין פּראָבלעם מיט אַרויסגעבן זײַנע לידער. אָבער ער האָט געוואָלט אַן אָנערקענונג, און אַ פּובליקאַציע אין „די פּען‟ האָט אים, אַ פּנים, אויסגעזען פֿאַר אַ סימן פֿון אַזאַ אָנערקענונג. בפֿרט נאָך, אַז מע האָט אים שוין געדרוקט אין אייניקע צײַטשריפֿטן, „פֿאָרווערטס‟ בתוכם; און יעדע אויסגאַבע, וווּ מע פֿלעגט דרוקן זײַנס אַ ליד, האָט באַקומען אַ שטיצע מצד דעם פֿאַרמעגלעכן דיכטער.
אָבער מיר זײַנען געווען גרויס בײַ זיך און זײַנע לידער ניט געדרוקט. קיין איין ליד, וואָס ער האָט אונדז דעמאָלט, אין מאַיאַמי־ביטש, געגעבן, האָט ניט אויסגעזען ווי עפּעס רעכטס. אין צוויי יאָר אַרום איז וואַלטער אַרצט געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 96 יאָר.
איך האָב זיך דערמאָנט וועגן אַרצטן דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך; אונדזער טאָכטער מיטן מאַן און די צוויי עלטערע אייניקלעך זײַנען אַוועקגעפֿאָרן אין ווײַטע מקומות. אויף אונדזער אַחריות, דער עיקר, מײַן ווײַבס — איז איבערגעלאָזט געוואָרן דאָס ייִנגסטע אייניקל, וואָס איז אין גאַנצן עלף חדשים אַלט. האָב איך זיך דערמאָנט וועגן דעם ביז גאָר טאַלאַנטירטן מענטשן, וועלכער האָט אונדז באַזאָרגט מיט babygro און דעם אַלץ, וואָס איז פֿון אָט דער אידעע אויסגעוואַסן אין משך פֿון זעקס יאָרצענדליקער.
אַ מאָדנע קאָמבינאַציע — אַ טאַלאַנט און גראַפֿאָמאַניע. מיר דאַכט זיך, אַז די סיבה פֿון אַזאַ מאָדנעם צונויפֿפּאָר שטעקט אין דעם, וואָס דער מענטש האָט ניט געהאַט קיין געפֿיל פֿון זעלבסט־איראָניע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.