צי האָט מען אַזוינס געזען?
צי האָט מען אַזוינס געהערט?
אַז פֿײַער און וואַסער
זאָל שלעפּן ווי אַ פֿערד!
אוי, האָט ער אַ פֿײַפֿער
מיט אַן אײַזערנעם כּוח
פֿון אונטן גיסט זיך וואַסער
פֿון אויבן גייט אַ רויך!
אָט דאָס פֿאָלקסליד, ווי איך קען עס פֿון טעאָדאָר ביקעל ע״ה, איז, אַוודאי, נישט פֿון די עלטסטע — די ערשטע באַנען האָבן זיך אין מיזרח־אייראָפּע באַוויזן גאַנץ שפּעט אינעם 19טן י״ה. אָבער ווי שטאַרק די באַן האָט צערודערט די ייִדישע גאַס זאָגט עדות די לעצטע סטראָפֿע דערפֿון:
רבונו־של־עולם,
פֿאַרקירץ אים זײַנע יאָרן
אַז ייִדן אַפּיקורסים
זאָלן נישט קענען שבת פֿאָרן!
טשיקאַווע, וואָס אינעם ליד ווערט נישט קיין איין מאָל דערמאָנט דאָס וואָרט „באַן”. וויי אַזוי זשע איז דאָס וואָרט צון אונדז אַרײַן? פֿון דײַטש, פֿאַרשטייט זיך; נאָר דער תּחילתדיקער טײַטש איז גאָר געווען „וועג”. איז אַן Eisenbahn אַן אײַזערנער וועג, ווײַל די רעלסן זענען פֿון אײַזן. דאָס ענגלישע iron horse פֿאַררופֿט זיך יאָ אויף דער באַן ממש, דאָס הייסט, אויפֿן לאָקאָמאָטיוו.
די ערשטע מאָדערנע באַנען מיט לאָקאָמאָטיוון אויף פּאַרע, זענען אויפֿגעקומען אָנהייב 19טן י״ה אין ענגלאַנד. פֿון יענער צײַט אָן שטאַמט אויך דאָס וואָרט train מיט זײַן הײַנטצײַטיקן טײַטש. אויף פֿראַנצייזיש הייסט, traîner „שלעפּן” — נישט אומזיסט איז דער טייל פֿון אַ לאַנג קלייד וואָס שלעפּט זיך אויף דער ערד, אויף ענגליש אויך train (אַ סך אַן עלטערער טײַטש פֿונעם וואָרט), אויף פֿראַנצייזיש traîne, אויף מאַמע־לשון: „שלעפּ”. פֿריִער האָט דער ווערב געהייסן „ציִען” און „אויפֿציִען” — ענגליש train איז דאָך אויך טײַטש „לערנען, אויסשולן”.
איז אַ באַן עפּעס, וואָס ציט אָדער שלעפּט, האָבן מיר, חוץ train, שפּאַניש און רומעניש tren, פּאָרטוגאַליש trem, איטאַליעניש treno; און דײַטש Zug (פֿון ziehen). אויף דײַטש האָט Zug נאָך אַ סך טײַטשן: אַ שטייגער, אַ צי טאָן פֿון אַ פּאַפּיראָס, אַ צוגווינט. אויף ייִדיש איז, חוץ „באַן”, פֿאַרשטייט זיך, אויך דאָ „צוג”. און אויף דײַטש, חוץ Zug, איז אויך דאָ Bahn — די דײַטשישע מלוכישע באַן הייסט Deutsche Bahn, געקירצט DB; אויף זייער וועבזײַטל זעט מען אַפֿילו Die Bahn. האָבן זיך, הייסט עס, אויסגעמישט ביידע טערמינען: דער וואָס באַטײַט לאָקאָמאָטיוו מיט וואַגאָנען און דער, וואָס באַטײַט רעלסן.
אַ סימן, אַגבֿ, אַז „באַן” אויף ייִדיש איז גאָר אַ נײַ וואָרט, האָט איר, ווײַל די פּוילישע ייִדן רעדן עס אַרויס מיט אַ לאַנגן פּתח; וואָלט עס געווען אַן אַלט וואָרט, וואָלט מען עס אויף מאַמע־לשון מסתּמא אַרויסגערעדט מיט אַ קמץ.
ווײַטער, אַ לאָקאָמאָטיוו איז עפּעס וואָס בײַט דאָס אָרט — לאַטײַניש locus „אָרט” און motivus „מאָטיוו; באַוועגונג”. „וואַגאָן” איז אין תּוך אַרײַן דאָס זעלביקע וואָס „וואָגן”, נאָר אַנדערש פֿון „וואָגן”, אַוודאי, פֿון די עלטסטע ייִדישע ווערטער וואָס זענען אַרײַן העט אין מיטל־עלטער פֿונעם דעמאָלטיקן דײַטש, איז „וואַגאָן”, קודם, אַרײַן פֿון האָלענדיש אין ענגליש, דערנאָכדעם אין פֿראַנצייזיש און דײַטש, פֿון זיי אין רוסיש און, סוף־כּל־סוף, אין מאַמע־לשון. איז דאָס ענגלישע wagon גאָר אַ לײַוואָרט פֿון האָלענדיש; דאָס עלטערע ענגלישע וואָרט איז wain, וואָס איז דער מקור פֿון דער פֿאַמיליע Wainwright (וואָגן־מאַכער, סטעלמאַך). דאָס איז דער זעלביקער שורש, וואָס דערפֿון נעמט זיך ס׳ייִדישע „וועג” מיטן ענגלישן way, אַפֿילו ס׳פּוילישע wóz „וואָגן”.
און „רעלסן”? דאָס ענגלישע rails, אַ לשון־רבים, איז אַרײַן אין רוסיש ווי אַ לשון־יחיד און פֿון דאָרטן צון אונדז, האָבן מיר אַ לשון־יחיד „רעלס”, וואָס פֿונעם ענגלישן קוקווינקל זעט ער אויס גאַנץ טשודנע.
צום סוף, לאָמיר געבן אַן עליה דעם ייִדיש־פּוילישן פּאָעט יוליאַן טובֿים, פֿון די גרעסטע פּוילישע פּאָעטן פֿונעם 20סטן י״ה. טובֿים איז אפֿשר צום בעסטן באַקאַנט מיט זײַן ליד „מיר פּוילישע ייִדן”, אָבער צווישן אַנדערן האָט ער אויך אָנגעשריבן אַ סך קינדער־לידער. איינס פֿון זיי הייסט Lokomotywa, און אַ דאַנק יצחק לודענען האָבן מיר אַ פֿײַנעם ייִדישן נוסח, וואָס דערפֿון ברענגען מיר אַן אויסצוג:
שטייט אויף דער סטאַנציע אַ לאָקאָמאָטיוו
אַ שווערער, אַ מעכטיק פֿאַרשוויצטער מאַסיוו […]
די פּאַרע — באַנג!
די רעדער — אין גאַנג!
בײַם אָנהייב פּאַמעלעך, אַ מין טשערעפּאַכע
עס רירט די מאַשין זיך פֿאַרשלאָפֿן, אַ שוואַכע,
זי שלעפּט די וואַגאָנען זיך שלענגלען אַיעדער
און לאַנגזאַם עס נעמען זיך דרייען די רעדער.
אָט נעמען זיי לויפֿן אַלץ גיכער און גיכער
עס קלאַפּט דער מאָטאָר און ער יאָגט ווי אַ וויכער
וווּהין זשע? וווּהין זשע? וווּהין זשע? פֿאָר גלײַך!
אויף רעלסן, אויף בריקן וואָס איבער טײַך,
דורך בערג, דורך טונעלן, דורך פֿעלדער פֿון ווײַט,
ער אײַלט זיך, באַווײַזן ער זאָל צו דער צײַט,
ער קלאַפּט און ער טוקעט אָן אויפֿהער צום טאַקט:
טאַ־ראַ־טאַ, טאַ־ראַ־טאַ, טאַ־ראַ־טאַ־טאַ־טאַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.