פּרעכטיק ייִדיש געזאַנג פֿון אַ געוועזענעם חסיד

Stirring Yiddish Singing by an Ex-Hasid

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published November 01, 2015, issue of November 27, 2015.

נחמיה דאַווידאָוויטש
Facebook
נחמיה דאַווידאָוויטש

אַז מע זעט דעם יונגן מאַן אינעם ווידעאָ אויף „יו־טוב‟, דאַכט זיך אײַך, אַז דאָס איז סתּם אַן אַמעריקאַנער בחור — אפֿשר אַ ייִד, אפֿשר נישט: לענגערע האָר לויט דער מאָדע, אַ ציכטיק בערדל, און טראָגט אַ זומער־העמד מיט קורצע אַרבל. מע וואָלט געקענט מיינען, אַז ער שפּילט אויף אַן עלעקטרישער גיטאַר אין אַ ראָק־גרופּע.

ווען ער הייבט אָבער אָן זינגען דאָס ליד, „דער למדן, ר׳ סענדער‟, דערקענט מען גלײַך, אַז נישט בלויז קען דער בחור אַ היימישן ייִדיש, נאָר אויך, אַז ער האָט אַן אמתן טאַלאַנט פֿאַר חזנות. דאָס ליד, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון מאָריס ראָנד, איז טאַקע באַרימט געוואָרן דורך צוויי אָנגעזעענע חזנים — משה קוסעוויצקי און מרדכי הערשמאַן.

דער זינגער אויפֿן „יו־טוב‟, וואָס רופֿט זיך בײַם פּסעוודאָנים, נחמיה דאַווידאָוויטש, איז דערצויגן געוואָרן בײַ די סאַטמערער, וווּ ער האָט זיך געלערנט חזנות, אין איינעם מיט אַלע זײַנע ברידער, בײַם טאַטן. הגם נחמיה איז הײַנט מער נישט קיין פֿרומער, האָט ער ווײַטער ליב צו זינגען חזנות, און האָט אַפֿילו אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען יום־כּיפּור פֿאַר אַ גרופּע פֿון 15 געוועזענע חסידים אין אַ פּריוואַטער וווינונג אין נאַנועט, אַ שטעטל לעבן דער פֿרומער ייִדישער געגנט — מאָנסי, ניו־יאָרק.

כאָטש „דער למדן‟ איז, אַוודאי, נישט קיין טייל פֿונעם דאַווענען, זינגט עס נחמיה מיטן פּאַטאָס פֿון אַן עכטן חזן. (די ווערטער פֿונעם ליד געפֿינען זיך אונטן.)

דער למדן, ר׳ סענדער

אין בית־המדרש בײַם שטענדער זיצט דער אַלטער ר׳ סענדער
און בלעטערט דעם אַלטן משניות.
פּלוצעם לאָזט ער דרײַ טרערן — „אוי וויי, גאָט, וואָס וועט ווערן?
ס׳איז נישטאָ בײַ מיר קיין שלום־בית.

איך האָב זיבן בנים, גאָר פּראָסטע יוונים
זיי שפּאָטן פֿון דיר, גרויסער בורא!
און זי, מײַן זוגתי, שרײַט: „ברענג מיר פּרנסה!‟
און איך האָב קיין צײַט נישט, איך דאַרף לערנען תּּּורה.

זײַ מיר מוחל, רבונו של עולם, אל תּפֿתח פּה לשטן!
האָסט מיר געשענקט זיבן זין, יעדער אַ גולם!
איך ווייס ניט אין וועמען זיי זענען געראָטן!
אַ ייִדיש וואָרט נעמען זיי ניט אין מויל;
אַ בלאַט גמרא אָפּלערנען, צו דעם זענען זיי פֿויל,
רק די אַכילה ליגט זיי אין זינען!

גיב זשע גאָט, מיר אַן עצה, וואָס איך זאָל מיט זיי טון.
און זי, מײַן זוגתי, וואָלט געוועזן נשקשה,
ווען זי לאָזט מיך לערנען און בעט נישט קיין פּרנסה
ס׳איז דאָך אַ חילול־השם, די גרעסטע עבֿירה
טאָג און נאַכט איז זי מעלה־גירה.
טאָ פֿרעג איך דיר, גאָט, איז דאָס נישט חטא?
אויף די עלטערע יאָרן, כאָטש גיי זיך און גט!

רבונו של עולם, איך בין דיר מודיע —
אויף די עלטערע יאָרן וויל איך האָבן די זכיה.
איך בעט ניט, חלילה, פֿון דיר מזומנים,
נאָר דו זײַ מפֿרנס די פֿרוי מיט די בנים
איך בין אַ ייִד אַ למדן, ערפֿיל מײַן בקשה —
איך וויל לערנען תּורה, און דו גאָט, גיב זיי פּרנסה!

דאָס איז אַ באַקאַנטע זאַך, אַז ווען חסידים פֿאַרלאָזן דעם פֿרומען לעבן־שטייגער, בלײַבן זיי נאָך אַלץ שטאַרק צוגעצויגן צו די לידער, ניגונים און חזנות פֿון דער חסידישער וועלט. דאָס זעלבע איז, אַגבֿ, וואָס שייך די מאכלים. מע הערט אָפֿט בײַ די אַזוי גערופֿענע „אָפּגעפֿאָרענע‟, ווי געשמאַק ס׳איז בײַ זיי עד־היום אַ הערינג, אַ הייסער טשאָלנט און אַ קאַרטאָפֿל־קוגל. דאָס איז אַן אוניווערסאַלער כּלל: דער געשמאַק אין מוזיק, עסן און אַנדערע זאַכן, וואָס אַ מענטש געדענקט פֿון די קינדער־יאָרן, בלײַבט אָפֿט מאָל אויפֿן גאַנצן לעבן.

בעת אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט נחמיה, אַ 30־יאָריקער קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, דערציילט, אַז דאָס ווערן 30 יאָר האָט אַ ספּעציעלן באַטײַט אין דער חסידישער וועלט. „ווען איך וואָלט נאָך געווען פֿרום, וואָלטן מײַנע שׂכירות ווי אַ חזן איצט געווען אַ סך העכער ווי פֿריִער, ווײַל מע האַלט, אַז צו 30 יאָר האָט אַ מענטש שוין גענוג דערפֿאַרונג אין לעבן צו דינען ווי אַ שליח־ציבור.‟

אַחוץ דעם ייִדיש ליד „דער למדן‟, האָט נחמיה אויך געשטעלט אויף „יו־טוב‟ אַ צאָל פֿון די תּפֿילות, וואָס ער פֿלעגט זינגען, ווען ער איז געווען שליח־ציבור אין די חסידישע שטיבלעך. זײַן „ועל ידי עבֿדיך‟ פֿונעם ראש־השנה דאַווענען, איז ספּעציעל רירנדיק, ווײַל ער זינגט עס מיט אַזאַ האַרץ און געפֿיל, אַז עס קלינגט ממש ווי אַ געוויין פֿאַרן רבונו־של־עולם. איך האָב באַמערקט צו נחמיהן, אַז ווען מע הערט זיך צו, קען מען מיינען, אַז ער איז אַ גלייביקער פֿרומער ייִד. ער האָט עס אָבער גלײַך געלייקנט.

„ווען עפּעס רירט אונדז שטאַרק, האָבן מיר אַלע אַ טבֿע צו זען עס ווי אַ סך טיפֿער ווי עס איז,‟ האָט ער דערקלערט. „מע קען זאָגן, אַז אין אַ געוויסן זינען, בין איך נישט מער ווי אַ ׳פּעדלער פֿון עמקות׳.‟

פֿון דעסטוועגן, כאָטש ער האַלט זיך פֿאַר אַ ציניקער, גיט ער צו, אַז ווען ער זינגט חזנות, ווערט ער גערירט נישט בלויז פֿון דער מוזיק, נאָר אויך פֿון די תּפֿילות. „בײַם אָנהייב זינג איך עס אויף אַ לײַכטזיניקן אופֿן, אָבער אויב איך ווייס, אַז עס וועט דויערן אַ שעה אָדער מער, איז שוין גאָר אַנדערש: נאָך 20 מינוט ווער איך אין גאַנצן אײַנגעהילט אין די תּפֿילות, ווײַל איך פֿאַרשטיי, אַז כ׳האָב אָנגענומען אַ גרויס התחייבֿות, און כ׳קען זיך מער נישט אַרויסדרייען.‟

און דער עולם דערקענט, אַ פּנים, דעם איבערגאַנג. נחמיה האָט דערציילט, אַז ווען ער פֿלעגט דאַווענען ראש־השנה און יום־כּיפּור פֿאַר 50 אָדער 90 ייִדן אין אַ חסידישן שטיבל, האָבן אַ סך פֿון זיי זיך טאַקע גוט אויסגעוויינט. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי האָבן די ייִדן געוויינט צוליב ייִראת־שמיים, ווײַל זיי האָבן געציטערט, אַז דער אייבערשטער זאָל זיי, חלילה, נישט באַשטראָפֿן אינעם קומעדיקן יאָר? נחמיה האַלט בפֿירוש, אַז ניין.

„קיינער וויינט נישט צוליב ייִראת־שמים. מע וויינט, ווײַל מע קען זיך נישט גיבן אַן עצה מיט די קינדער; ווײַל ער און זײַן פֿרוי זענען נישט קיין פּאָר, אָדער ווײַל ער האָט צו פֿיל קינדער און צו ווייניק פּרנסה,‟ האָט ער דערקלערט. „דער ייִד פֿילט זיך צעריסן, צעשמיסן, צעהאַקט אויף שטיקער, קומט ער אין בית־מדרש זיך גוט אויסוויינען.

„און איך, ווי דער שליח־ציבור, רעספּעקטיר זײַן רצון און זײַן באַדאַרף,‟ האָט ער צוגעגעבן. „מע דאַרף נישט גלייבן אין גאָט… מיר האָט עס קיין מאָל נישט אויסגעפֿעלט.‟

אינטערעסאַנט איז, אַז אַפֿילו ווען נחמיה האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־כּיפּור געדאַוונט פֿאַר די אַנדערע געוועזענע חסידים, האָט זײַן זינגען אַרויסגערופֿן טרערן. „איך און אַ צווייטער האָבן זיך געטיילט מיטן דאַווענען. מיר האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ שטענדער, און איך בין געשטאַנען בײַם עמוד, מיט דער פּלייצע צום עולם. קיינער פֿון אונדז האָט נישט געגלייבט אין גאָרנישט — און דאָך האָט מען געוויינט.‟