(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צוויי אױסטראַלישע ייִדישע מלוכה־לײַט האָבן געטאַדלט דעם טעראָריזם, װאָס קומט איצט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל. צװײ לײבאָר־פּאָליטיקער האָבן דאָס געטאָן, רעדנדיק אינעם קאָמאָנװעלטער פּאַרלאַמענט. מאַרק דרײפֿוס האָט באַטאָנט, אַז װיפֿל טענות די פּאַלעסטינער זאָלן נישט האָבן, װעט דאָס הפֿקרדיקע דערמאָרדן ציװילע לײַט „קײן מאָל נישט זײַן אַ באַרעכטיקטע פֿאָרעם פֿון פּראָטעסט‟.
מײַקל דענבי האָט געטאַדלט די מלוכה־לײַט, װעלכע שטיצן אונטער די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער צו באַגײן אַזעלכע אַקטן, זאָגנדיק „אין װעלכן מאָראַלישן אוניװערס איז לעגיטים אָדער פֿאַרשטענדלעך אָדער דערלאָזלעך דאָס צעשטעכן אומשולדיקע ציװילע לײַט, זײ איבערצופֿאָרן מיט אױטאָמאָבילן אָדער צו שיסן אין אױטאָבוס־סטאַנציעס? אין װעלכן מאָראַלישן אוניװערס זאָלן מיר זאָגן, אַז די מעדיאַ זאָל זיך אָפּגעבן מער מיט די, װעלכע טראָגן מעסערס אין די הענט װי מיט די, װעלכע האָבן מעסערס אַרײַנגעשטאָכן אין זײערע ברוסטקאַסטנס?‟
די ייִדישע װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציע „שטײט אױף‟ האָט באַערט צװײ ייִדישע הומאַניטאַריער מיט דער „ראָן קאַסטאַן פּרעמיע‟ און מיט דער „יונגער ראָן קאַסטאַן פּרעמיע‟ פֿאַרן יאָר 2015. ראָן קאַסטאַן ע״ה איז געװען אַ באַרימטער מעלבורנער אַדװאָקאַט און מענטשן־רעכט אַקטיװיסט. די ערשטע פּרעמיעס זײַנען צעטײלט געװאָרן אין 2013.
די הײַיאָריקע געװינער זײַנען קעטי קאַפּלאַן („ראָן קאַסטאַן פּרעמיע‟) און דין כּהן („יונגער ראָן קאַסטאַן פּרעמיע‟). קאַפּלאַן פֿירט אָן מיט אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס אַרבעט לטובֿת פֿרױען און קינדער, װעלכע מוזן אַנטלױפֿן פֿון אומזיכערע און גװאַלד-סיטואַציעס בײַ זיך אין דער הײם. כּהן אַרבעט מיט מענטשן מיט פֿיזישע און אינטעלעקטועלע מניעות זינט ער האָט געענדיקט די מיטלשול.
דער 93־יאָריקער שמואל ראָזענקראַנץ, װאָס האָט מיטגעמאַכט די „קרישטאָלנאַכט‟ אין װין און װאָס איז אַ מיטגרינדער פֿונעם מעלבורנער ייִדישן חורב־פֿאָרש־צענטער און מוזעום, װעט באַערט װערן װי דער ערשטער לעבן־לאַנגער גאָװערנאָר פֿונעם צענטער.
ראָזענקראַנץ איז אָנגעקומען אין מעלבורן אין 1939. ער האָט געהאָלפֿן גרינדן דעם מעלבורנער צװײַג פֿון דער יוגנט־גרופּע „הבונים‟ און האָט געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער מעלבורנער קהילה און פֿון דער עלװוּד־שיל. ער האָט אױך געשפּילט אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין לאָקאַלע ציוניסטישע קרײַזן און אינעם ייִדישן ראַט צו באַקעמפֿן דעם פֿאַשיזם און דעם אַנטיסעמיטיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.