שלמה ראַבינאָוויטש, דער סאָוועטישער ייִדישער זשורנאַליסט

Shlomo Rabinovich: Soviet Yiddish Journalist

שלמה ראַבינאָוויטש מיט זײַן טאָכטער, אין 1937, און אין דער סאָוועטישער אַרמיי
news.jeps.ru
שלמה ראַבינאָוויטש מיט זײַן טאָכטער, אין 1937, און אין דער סאָוועטישער אַרמיי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 03, 2015, issue of November 27, 2015.

מיט 50 יאָרן צוריק, אינעם יאָר 1965, איז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַרויס אַ ביכל אויף ייִדיש מיטן נאָמען „ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. דער מחבר, שלמה ראַבינאָוויטש, האָט דערציילט, ווי אַזוי די ייִדישע תּושבֿים האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן אינעם סאָוועטישן רוסלאַנד, וווּ די רעגירונג האָט פֿאַר זיי געשאַפֿן אַ ספּעציעלע נאַציאָנאַלע אויטאָנאָמיע, מיטן צענטער אין ביראָבידזשאַן.

פֿאַר אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן איז, מסתּמא, שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַזאַ בוך וואָלט געקאָנט געדרוקט ווערן אָפֿיציעל אינעם לאַנד, וווּ אין סטאַלינס תּקופֿה האָט מען אויסגעהרגעט די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, און וווּ די מלוכה האָט פֿאַקטיש אויסגענוצט דעם אַלטן בלוט־בילבול און גערודפֿט די ייִדישע דאָקטוירים.

אין דער אמתן, ווען לעאָניד ברעזשנעוו איז געקומען צו דער מאַכט ווי דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אינעם יאָר 1964, האָט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד געהערשט אַן אַנדער אַטמאָספֿער. הגם אַ סך ייִדן האָבן נאָך אַלץ מורא געהאַט אַרויסצוּווײַזן בפֿרהסיא זייער שײַכות צו ייִדישקייט, האָט מען אין מאָסקווע אַרויסגעגעגעבן דעם אָפֿיציעלערן חודשלעכן ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און עס זענען כּסדר פּובליקירט געוואָרן ביכער אויף דער ייִדישער שפּראַך.

ראַבינאָוויטש (1903—1971) איז געבוירן געוואָרן אין אושאָמיר, אוקראַיִנע, האָט רעדאַקטירט פֿאַר דער מלחמה די ייִדישע צײַטונג „קאָלווירט־אמת‟ אויפֿן האַלב־אינדזל קרים, וווּ עס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען אַ נעץ פֿון ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען, און פֿאַרנומען פֿירנדיקע ראָלעס אין אַזעלכע גרויסע סאָוועטישע ייִדישע אויסגאַבעס, ווי „אמת‟ און „אייניקייט‟. בעת סטאַלינס אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע איז ער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די לאַגערן. שפּעטער, אין די 1960ער יאָרן, איז ער ווידער געוואָרן אַ פּראָמינענטער ייִדישער זשורנאַליסט, האָט אָפֿט מיטגעאַרבעט מיט „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און במשך פֿון עטלעכע יאָר געדינט דאָרטן ווי דער ממלא־מקום פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר.

מיט אַ וואָך צוריק, דעם 26סטן אָקטאָבער, האָט די וועבזײַט פֿון „פּעטערבורגער ייִדישע נײַעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון ראַבינאָוויטשס אייניקל, יעלעוואַ סעווענאַרד, וווּ זי האָט דערציילט וועגן איר זיידן. דער אַרטיקל איז באַטיטלט „אַ ייִדישע זשורנאַליסט‟; ווי באַלד אַפֿילו די הײַנטיקע חסידים פּלאָנטערן אָפֿט אינעם גראַמאַטישן מין, קאָנען מען מוחל זײַן דאָס טעות פֿון דער מחברטע, וואָס אַרבעט ווי אַ דאָקטערין און איז געווען בלויז 12 יאָר אַלט, ווען איר באַרימטער זיידע איז ניפֿטר געוואָרן.

סעווענאַרד גיט איבער, אַז שלמה ראַבינאָוויטש איז איז די 1920ער יאָרן אָנגעקומען קיין מאָסקווע און האָט פֿאַרענדיקט דעם זשורנאַליסטישן פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט. אין יענער צײַט, איז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען אַן אוניקאַל לאַנד, וווּ מע האָט געקאָנט באַקומען אַן אָפֿיציעלן זשורנאַליסטישן דיפּלאָם פֿאַרן שרײַבן אויף ייִדיש.

אין יוני 1941, ווען נאַצי־דײַטשלאַנד האָט אַטאַקירט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ראַבינאָוויטש געדינט, זײַנעדיק אַ סאָלדאַט, ווי אַ פֿראָנט־זשורנאַליסט אין דער צײַטונג „פֿאָרויס אויף מערבֿ‟, האָט באַקומען דעם ראַנג פֿון אַ מאַיאָר און באַלוינט געוואָרן מיט אַ צאָל מעדאַלן פֿאַר זײַנע שלאַכט־פֿאַרדינסטן.

דאָס אייניקל פֿונעם שרײַבער דערציילט, אַז ראַבינאָוויטש האָט אָנגעשריבן זײַן בוך וועגן די ייִדן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד נאָך אין סטאַלינס צײַטן. דווקא צוליב דעם האָט מען אים פֿאַרשיקט אויף זעקס יאָר אינעם „גולאַג‟. ער איז אָבער אָפּגעזעסן בלויז אַ העלפֿט פֿונעם טערמין, אַמניסטירט נאָך סטאַלינס טויט. זײַן בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש, ענגליש און שפּאַניש. וווינענדיק אין מאָסקווע, האָט ראַבינאָוויטש אויך געאַרבעט ווי אַן אָרטיקער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער קאָמוניסטישער צײַטונג „מאָרגן־פֿרײַהייט‟. סעווענאַרד דערמאָנט זיך, אַז זײַענדיק דער שטעל־פֿאַרטרעטער אין „סאָוועטיש־היימלאַנד‟ און אַן אויסגעצייכנטער געוועזענער אַרמיי־אָפֿיציר, אין די 1960ער יאָרן, האָט איר זיידע געהאַט געוויסע ספּעציעלע פּריווילעגיעס. למשל, ער האָט געהאַט דאָס רעכט צו קויפֿן אַ גוטן וווּרשט, קאַוויאַר און אַנדערע פּראָדוקטן, וואָס אין יענער תּקופֿה איז געווען שווער צו קריגן אינעם לאַנד.

שלמה ראַבינאָוויטשס היסטאָריש בוך קאָן מען אַראָפּלאָדן בחינם אויף דער אינטערנעץ, אויף דער וועבזײַט פֿון דער אַמהערסטער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟. הגם אַ טייל פֿון זײַן ווערק קלינגט ווי אַ גוזמאדיק לויב־געזאַנג וועגן דעם „גליקלעכן‟ ייִדישן לעבן אינעם סאָוועטישן לאַנד, איז עס פֿאָרט באַלערנדיק און אינטערעסאַנט. אַ ממשותדיקער טייל פֿון זײַן ווערק איז געווידמעט דער טעמע פֿונעם ייִדישן חורבן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ סאָוועטישע ביכער אויף ייִדיש, ווערט אין ראַבינאָוויטשס בוך באַנוצט דער טראַדיציאָנעלער אויסלייג פֿון די לשון־קודשדיקע ווערטער. מסתּמא, האָבן די מלוכישע אַרויסגעבער אויסגענוצט דעם מערבֿדיקן סטאַנדאַרט, כּדי די אויסלענדישע לייענער זאָלן גרינגער קענען איבערלייענען זײַן דערציילונג וועגן דעם ייִדישן לעבן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.