אין רוסלאַנד איז די באַלױנונג פֿון דער „נאָבעל־פּרעמיע‟ דער שרײַבערין סװעטלאַנאַ אַלעקסיעװיטש באַגריסט געװאָרן מיט אַ סך ביטול מצד דער נאַציאָנאַליסטישער אינטעליגענץ. מען האָט זי באַשולדיקט אין „רוסאָפֿאָביע‟, שׂינאה צו רוסלאַנד און צום רוסישן פֿאָלק. אײניקע קריטיקער און שרײַבער האָבן אַפֿילו געטענהט, אַז אַלעקסיעװיטש איז בכלל ניט קײן שרײַבערין, נאָר אַ זשורנאַליסטקע. אָבער װען מען לײענט אירע װערק, איז עס שװער צו געפֿינען װאָסער־ניט־איז שפּורן פֿון „רוסאָפֿאָביע‟. מען קאָן זי אפֿשר חושד זײַן אין אַ געװיסער „סאָװעטישקײט‟, אַ נטיה צו סענטימענטאַלער פּאַטעטיק; אָבער די סאָװעטישע נאָסטאַלגיע איז הײַנט אין דער מאָדע צװישן די רוסישע נאַציאָנאַליסטן, און דאַכט זיך, זײ װאָלטן געדאַרפֿט לױבן אַלעקסיעװיטש פֿאַר איר קאָנסערװאַטיװן טעם.
דער באַגריף „רוסאָפֿאָביע‟ איז פּאָפּולער געװאָרן אין דער רוסישער נאַציאָנאַליסטישער סבֿיבֿה אין די 1980ער יאָרן, נאָכן בוך פֿונעם באַרימטן רוסישן מאַטעמאַטיקער איגאָר שאַפֿאַרעװיטש. שאַפֿאַרעװיטש האָט געטענהט, אַז דאָס גרױסע רוסישע פֿאָלק איז פֿאַרשקלאַפֿט געװאָרן דורך אַ געװיסן „קלײנעם פֿאָלק‟, װאָס האָט פֿאַרכאַפּט אַלע פֿירנדיקע פּאָזיציעס נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. דאָס דאָזיקע „קלײנע פֿאָלק‟ הערשט אױך איבער די מערבֿדיקע ליבעראַלע דעמאָקראַטיעס און צװינגט זײ צו האַסן רוסלאַנד. מען דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער חכם, כּדי צו טרעפֿן, אַז מײנען מײנט דאָס טאַקע ייִדן. זינט דעמאָלט איז דאָס װאָרט „רוסאָפֿאָב‟ געװאָרן אַ מין במקום פֿאַר „ייִד‟.
אָבער װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אַלעקסיעװיטש צו ייִדן? איר טאַטע איז געװען אַ װײַסרוס, אַ סאָװעטישער אָפֿיצער, װאָס האָט געדינט נאָך דער מלחמה אין גאַליציע, װוּ די סאָװעטן האָבן ממשיך געװען זײער געראַנגל קעגן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן. די מאַמע אירע האָט געשטאַמט דװקא פֿון יענע מקומות און אַ סבֿרה, אַז אירע קרובֿים זײַנען אױך געװען צװישן די נאַציאָנאַליסטישע אוקראַיִנישע מיליטאַנטן. קײן ספּעציעלן אינטערעס צו דער ייִדישער טעמע האָט אַלעקסיעװיטש אױך קײן מאָל ניט אַרױסגעװיזן. מען קאָן אַפֿילו טענהן פֿאַרקערט, אַז זי שענקט צו װײניק אױפֿמערק צו דעם ייִדישן חורבן, בפֿרט װען זי שרײַבט װעגן װײַסרוסלאַנד. אַזױ אַרום, אױב מען װיל טאַקע זײַן קריטיש, קאָן מען זאָגן, אַז איר סטיל, טעמאַטיק און אַפֿילו װעלטבאַנעם זײַנען צו קאָנסערװאַטיװ אין אַן אַלטן, „סאָװעטישן‟ זין.
לױט איר אָפּשטאַם און דערציִונג איז אַלעקסיעװיטש טאַקע אַ טיפּישער פּראָדוקט פֿון דער סאָװעטישער קולטור. זי האָט געלעבט אין אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד, אָבער איר שפּראַך איז רוסיש. זי דערקלערט, אַז דאָס איז געװען די שפּראַך פֿון אירע העלדן, סאָװעטישע מענטשן. זי איז פֿאַרטאָן אין אַ ריזיקן פּראָיעקט פֿון צונױפֿשטעלן אַ קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק אין די קריטישע מאָמענטן פֿון זײַן עקזיסטענץ, אַ מין פֿילשטימיקע „אָראַטאָריע‟. דעם דאָזיקן באַגריף האָט זי איבערגענומען בײַ איר ליטעראַרישן רבי, דעם װײַסרוסישן שרײַבער אַלעס אַדאַמאָװיטש. אַדאַמאָװיטשעס װערק דערצײלן װעגן די לײַדן פֿון װײַסרוסישן פֿאָלק בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, װען דאָס דאָס לאַנד האָט פֿאַרלױרן אַנדערטהאַלבן מיליאָן מענטשן פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון נײַן מיליאָן. אַ האַלב־מיליאָן פֿון די קרבנות זײַנען געװען ייִדן.
אַדאַמאָװיטש איז אױך באַקאַנט געװאָרן, אַ דאַנק דעם „בלאָקאַדע־בוך‟, װאָס ער האָט פֿאַרפֿאַסט צוזאַמען מיטן רוסישן שרײַבער (פֿון ייִדישן אָפּשטאַם) דניאל גראַנין. דאָס בוך דערצײלט װעגן די לײַדן פֿון דער לענינגראַדער באַפֿעלקערונג בעת דער דײַטשישער בלאָקאַדע פֿון דער שטאָט אין 1941–1944. דאָס דאָזיקע בוך איז געמאַכט אויפֿן סמך פֿון „דאָס שװאַרצע בוך‟ וועגן דעם ייִדישן חורבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אונטער דער רעדאַקציע פֿון װאַסילי גראָסמאַן און איליאַ ערענבורג. אינעם יסוד פֿונעם דאָזיקן זשאַנער ליגן טאַקע די ייִדישע יזכּור־ביכער.
אַזױ אַרום איז אַלעקסיעװיטש ממשיך אַ לאַנגע טראַדיציע פֿון דער רוסישער און ייִדישער ליטעראַטור. בעת די היסטאָריקער שאַצן עכטע, אױטענטישע דאָקומענטן העכער פֿון זכרונות, און בפֿרט פֿון אַזעלכע, װאָס זײַנען ליטעראַריש באַאַרבעט געװאָרן, האָט די רוסישע קולטור אַן אַנדערע פּריאָריטעט. דאָ האָט מען מער דרך־ארץ פֿאַרן „אמת פֿון קונסט‟ אײדער פֿאַרן „אמת פֿון פֿאַקט‟. און אפֿשר דער סאַמע באַװוּסטער מוסטער פֿון אַזאַ מין דאָקומענטאַריש־ליטעראַרישן שמעלץ־זשאַנער איז אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצינס מאָנומענטאַלע װערק „אַרכיפּעלאַג גולאַג‟, די שטאַרקסטע קריטיק פֿון סטאַלינס רעזשים.
איז װאָס זשע האָט אַלעקסיעװיטש צו זאָגן װעגן ייִדן, בפֿרט װעגן דעם גורל פֿון ייִדן אין װײַסרוסלאַנד? באמת, ניט קײן סך. זי באַמערקט אין אַן אינטערװיו, אַז צװישן די װײַסרוסן זײַנען געװען װײניקער מיטהעלפֿער פֿון די נאַציסטישע מערדער אײדער צװישן אַנדערע שכנישע פֿעלקער, בפֿרט ליטװינער און אוקראַיִנער. דאָס האָט אױך צו טאָן מיט דער נאַציסטישער אידעאָלאָגיע, װאָס האָט געהאַלטן די װײַסרוסן פֿאַר אַ נידעריקער ראַסע אײדער, למשל, לעטן אָדער ליטװינער. חוץ דעם, איז די פּאַרטיזאַנער באַװעגונג געװען באַזונדערס שטאַרק אין די װײַסרוסישע װעלדער, און די דײַטשן האָבן אױסגעהרגעט גאַנצע דערפֿער, װאָס זײ האָבן חושד געװען אינעם העלפֿן די פּאַרטיזאַנען.
פֿאַר יעדן בוך זאַמלט אַלעקסיעװיטש הונדערטער אינטערװיוען. דאָס צװײטע בוך אירס, „די לעצטע עדותן‟ (1985) נעמט אַרײַן קורצע זכרונות פֿון די, װאָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה קינדװײַז. דאָס זײַנען שטאַרקע און שאַרפֿע איבערלעבונגען, װאָס האָבן זיך טיף אײַנגעקריצט אינעם קינדערשן זכּרון. עטלעכע דערצײלער אינעם בוך טראָגן ייִדישע נעמען, אָבער װי קלײנע קינדער האָבן זײ לרובֿ ניט געװוּסט, אַז זײער ייִדישקײט מאַכט זײ אַנדערש פֿון זײערע ניט־ייִדישע שכנים, און די מחברין גיט ניט קײן ספּעציעלע דערקלערונגען דערצו. בלױז אײן געשיכטע צװישן עטלעכע צענדליקער מאַכט קלאָר, אַז עס גײט װעגן אַ מײדל, װאָס איז געראַטעװעט געװאָרן פֿון דער מינסקער געטאָ דורך אַ װײַסרוסישער משפּחה. אין דעם זין איז אַלעקסיעװישט אױך אַ יורש פֿון דער סאָװעטישער טראַדיציע, װאָס האָט ספּעציעל ניט אױסגעטײלט דעם ייִדישן חורבן פֿון דער אַלגעמײנער געשיכטע, פֿון די לײַדן און יסורים פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. פֿאַר אַלעקסיעװיטש איז דער ייִדישער חורבן אײנע פֿון אַ סך טראַגעדיעס, װאָס האָבן געטראָפֿן דאָס סאָװעטישע פֿאָלק אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.