ייִדיש אין שיקאַגער אוניווערסיטעט

Yiddish at the University of Chicago

פֿון נח באַרעראַ

Published November 04, 2015, issue of November 27, 2015.

סאָני יודקאָף
סאָני יודקאָף

דער סעזאָן פֿון גראַדויִר-שולן איז איצט אין פֿולן ברען. סטודענטן קלײַבן אויס שולן און מע גרייט צו די אַפּליקאַציעס. קומען צום באַשלוס, וועלכע שול איז פֿאַר דיר מער פּאַסיק איז נישט גרינג. בעת איך בין פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישע לימודים בכלל און אין דער ייִדישער שפּראַך בפֿרט, האָב איך געדאַרפֿט אוספֿאָרשן אַזעלכע שולן דורכן רעדן מיט לערערס, סטודענטן און ווער ס׳זאָל נישט זײַן פֿון דעם תּחום.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט סאָני יודקאָף, וואָס לערנט ייִדיש אין שיקאַגער אוניווערסיטעט, גערעדט ענטוזיאַסטיש און פּרטמדיק מיטן „פֿאָרווערטס‟ וועגן די ייִדישע לימודים, באַזונדערס אין שײַכות מיט ייִדיש, בײַ איר אין דעם אוניווערסיטעט.

ווי געניסן סטודענטן פֿון דער פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים?

אין שיקאַגער אוניװערסיטעט עקסיסטירט „דער שיקאַגער צענטער פֿון ייִדישע לימודים‟, וואָס שטיצט אונטער כּלערליי לעקציעס, קאָנצערטן און אויסשטעלונגען. די 33 מיטגלידער פֿונעם צענטער קומען פֿון 13 פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען און האָבן זייער ברייטע אינטערעסן. זיי פֿירן אויך דורך קורסן אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, װי, צום בײַשפּיל, אַרכעאָלאָגיע, ביבלישע שטודיעס, פּוילישע ליטעראַטור, העברעיִשע קולטור, די געשיכטע פֿון ייִדן אין איראַק, אייראָפּעיִשע געשיכטע, די פֿילאָסאָפֿיע פֿון רמב״ם, ייִדישע טעאָלאָגיע, די אינטעלעקטועלע און קולטורעלע געשיכטע פֿון די דײַטשע ייִדן, אאַז״װ. דער צענטער לאַדט אײַן אַ סך הײַנטיקע קולטורעלע פֿיגורן, װי די אַמעריקאַנער שרײַבערין דאַראַ האָרן און דעם ישׂראלדיקן דערציילונג-שרײַבער אתגר קרת. צװיי גאַסט־פּראָפֿעסאָרן קומען אין אוניװערסיטעט יעדעס יאָר.

קען מען זיך לערנען ייִדיש אין אוניווערסיטעט?

יאָ, אַוודאַי! מיר האָבן דאָ ביידע קורסן — פֿאַר די אָנהייבער און מיטנדיקע. מיר האָבן דאָ אויך אומאָפּהענגיקע קורסן פֿאַר יענע אַװאַנסירטע סטודענטן, װאָס װילן לייענען ראָמאַנען און אַנדערע לענגערע טעקסטן. מיט אַ יאָר צוריק, זײַנען דרײַ סטודענטן צוזאַמענגעקומען אין אַ קורס, געװידמעט שלום-עליכמס „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟. זיי האָבן געלייענט דעם ראָמאַן און אויך אַ סך קריטישע אַרטיקלען װעגן דעם ייִדישן קלאַסיקער.

מע קען זיך אויך לערנען ייִדישע ליטעראַטור. הײַיאָר, װעלן זײַן צװיי קורסן אויף אָט-דער טעמע. אַלע סטודענטן, װאָס קענען לייענען ייִדיש, װעלן זיך טרעפֿן איין מאָל אַ װאָך צו דיסקוטירן די טעקסטן, בפֿרט אויף ייִדיש! װאָס נאָך… מע קען זיך דאָ לערנען בלויז װי צו לייענען ייִדיש, אויב מע װיל ניצן ייִדישע טעקסטן, צום בײַשפּיל, אין דער דיסערטאַציע (Yiddish for Reading Knowledge). אין דעם דאָזיקן קלאַס, זײַנען בײַגעװען ביז-גראַדויִר־סטודענטן, גראַדויִר־סטודענטן, אַ פּאָסט-דאָקטאָראַנטקע, אַ פּראָפֿעסאָר און אויך אַ ביבליאָטעקאַרשע!

זענען דאָ אַנדערע קלאַסן, אַחוץ שפּראַך, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש?

יאָ, קורסן װעגן ייִדישער ליטעראַטור. עס זײַנען אויך דאָ קורסן, װאָס נעמען אַרײַן ייִדישע טעקסטן, אַפֿילו װען דער קורס איז װעגן עפּעס אַנדערש (למשל, װעגן טעאָלאָגיע, װעגן העברעיִשער ליטעראַטור, פּוילישער קולטור, געשיכטע, אאַז״וו).

וואָס איז די ראָלע פֿון ייִדיש אין די ייִדישע לימודים (אָדער קורסן אויף ייִדישע טעמעס)?

איך בין די סעניאָר-לעקטאָרין אין ייִדיש. מײַן שטעלע געפֿינט זיך אין דער דײַטשער אָפּטיילונג, װוּ מען קען זיך לערנען דײַטש, נאָרװעגיש און ייִדיש. הײַיאָר, לערן איך צװיי מדרגות פֿון דער ייִדישער שרפּאַך. װינטער-צײַט, װעל איך אויך לערנען אַ קורס װעגן ליטעראַטור און געזונט. מיר װעלן לייענען אַ סך ייִדישע טעקסטן אינעם קורס װי, למשל, אַ פּאָר דערציילונגען פֿון שלום-עליכמען און אַ פּאָר לידער פֿון ה. לייװיקן. דער קורס הייסט, „צו שרײַבן דעם ייִדישן גוף: געזונט, קראַנקייט און ליטעראַטור“.

פֿרילינג, װעל איך פֿירן אַ סעמינאַר װאָס הייסט „די ייִדישע פּראָזע צװישן די צװיי װעלט-מלחמות“. כּמעט אַלע אָריגינעלע טעקסטן, אַחוץ די טעאָרעטישע טעקסטן און קריטיק, זײַנען געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש. געװיינטלעך, לערן איך אויך דעם קורס, „צו לייענען ייִדיש אויף פֿאָרשונג-צװעקן“, אָבער איך װעל אים לערנען אין אַ יאָר אַרום.

וואָס פֿאַר אַ ראָלע שפּילט ייִדיש אין די קלאַסן, וואָס איר לערנט? אין אײַער פֿאָרשונג? פֿאַר אײַערע ביז גראַדויִר- און גראַדויִר- סטודענטן?

ייִדיש שפּילט די הויפּט-ראָלע אין די קורסן, װאָס איך לערן און אויך אין מײַן אייגענער פֿאָרשונג (איך פֿאָרש די געשיכטע פֿון מאָדערנער העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור). װאָס איז אינטערעסאַנט דאָ, אין שיקאַגער אוניװערסיטעט, איז די פֿראַגע, פֿאַר װאָס די סטודענטן לערנען זיך ייִדיש. במשך פֿון די לעצטע צװיי יאָרן, האָבן דרײַ גראַדויִר-סטודענטן באַקומען „פֿלאַס“ [FLAS: Foreign Language and Area Studies] סטיפּענדיעס זיך צו לערנען ייִדיש. די ערשטע סטודענטקע װיל פֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם פֿיל-שפּראַכיקן ייִדישן לעבן אין בערלין צװישן די צװיי וועלט-מלחמות. דער צװייטער סטודענט שרײַבט װעגן קאָנטינענטאַלער פֿילאָסאָפֿיע. די דריטע שרײַבט װעגן דער געשיכטע פֿון איבערזעצן דעם תּנ״ך. אַחוץ אָט-די דרײַ, זײַנען דאָ אויך סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן, װאָס לערנען זיך ייִדיש דאָ אין שיקאַגער אוניװערסיטעט, כּדי צו פֿאָרשן אַזעלכע טעמעס, װי די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן אין די 1960ער יאָרן, און די געשיכטע פֿון אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליזם פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.

די ביז-גראַדויִר סטודענטן האָבן אויך פֿאַרשיידענע אינטערעסן. אַ פּאָר זײַנען אַקטיאָרן און אַנדערע — דיכטערס.

ווי פּאָפּולאַר איז די ייִדישע שפּראַך צווישן די ביז גראַדויִר- און גראַדויִר- סטודענטן?

די שפּראַך איז פּאָפּולער, כאָטש די צאָל סטודענטן איז קליין. צום בײַשפּיל, מיט אַ יאָר צוריק האָבן מיר אָרגאַניזירט אַ נײַן-װאָכיקע פֿילם-סעריע פֿון ייִדישע פֿילמען, װאָס מען האָט פּראָדוצירט דאָ אין אַמעריקע אין די שפּעט־1930ער יאָרן. אַ סך סטודענטן װעלן אויך פֿאָרן דעם 9טן נאָװעמעבער קיין עװענסטאָן, אילינוי, אויף אַ קאָנצערט פֿון „די ברידער נאַזאַראָף“. דער היגער ייִװאָ-צווײַג האָט דעם קאָנצערט אָרגאַניזירט, און דער שיקאַגער צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים איז אויך אַ שטיצער.

וויפֿול סטודענטן נעמען די ייִדיש-קלאַסן?

די שפּראַך־קורסן — אַן ערך, פֿינף-זעקס.

צי זענען דאָ אַנדערע געלעגנהײטן פֿאַר סטודענטן זיך צו לערנען און פּראַקטיצירן זייער ייִדיש? למשל, אין לייענקרײַזן, שמועסקרײַזן?

יאָ. יעדן דאָנערשטיק קומען זיך צונויף פֿון פֿינף ביז צען סטודענטן, פּראָפֿעסאָרן און מענטשן פֿון דער געגנט אויף צו טרינקען אַ ביסל קאַװע און צו רעדן ייִדיש. אַמאָל לייענען מיר אויך ייִדישע לידער צוזאַמען. צװיי מאָל יעדן פֿערטל־יאָר, קוקן מיר אַ ייִדישן פֿילם. מיר האָבן דאָ אויך לעקציעס און קאָנצערטן אויף ייִדישע טעמעס. מיט אַ יאָר צוריק איז אַמיליאַ גלייזער געקומען צו אונדז אין אוניװערסיטעט און געהאַלטן אַ לעקציע װעגן די אוקראַיִנישע און ייִדישע איבערזעצונגען.