„אַגודה‟ דערקלערט מלחמה אויף „אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע‟

Agudah Rabbis Declare War on "Open Orthodoxy"

COURTESY OF YCT

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייזיס (Forward)

Published November 04, 2015, issue of November 27, 2015.

די חשובֿסטע חרדישע רבנים אין אַמעריקע האָבן דעם 2טן נאָוועמבער אַרויסגעלאָזט אַ דעקלאַראַציע, וואָס באַשטעטיקט, אַז די אַזוי־גערופֿענע אָפֿענע אָרטאָדאָקסיע איז בכלל נישט קיין אָרטאָדאָקסישע באַוועגונג, און אַז די רבנים, וועלכע קריגן סמיכה בײַ אירע סעמינאַרן, זענען נישט קיין רבנים.

די דערקלערונג פֿון די „מועצת גדולי התּורה‟ — די חרדישע רבנים, וואָס פֿירן אָן מיט „אַגודת־ישׂראל‟ אין אַמעריקע — איז דער נײַסטער פֿון אַ ריי אַטאַקן אויף דער אָפֿענער אָרטאָדאָקסיע, די לינק־געשטימטע מאָדערן־אָרטאָדאָקסשיע אינסטיטוציעס, פֿאַרבונדן מיט הרבֿ אַבֿי ווײַס.

בעת אַ באַנקעט אין מײַ 2014 האָט אַ מיטגליד פֿון „מועצת גדולי התּורה‟, הרבֿ יעקבֿ פּערלאָוו, באַצייכנט די אָפֿענע אָרטאָדאָקסיע פֿאַר כּפֿירה.

די נײַע דערקלערונג ווערט געצילט אויף דער „ישיבֿת חובֿבֿי־תּורה‟, וואָס טרענירט רבנים; „ישיבֿת מהרת‟, וואָס שולט אויס פֿרויען צו ווערן גײַסטיקע פֿירער, און אַ קליינע רבנישע אָרגאַניזאַציע, International Rabbinic Fellowship. די דערקלערונג טענהט, אַז די אָפֿענע אָרטאָדאָקסיע „האָט שוין באַוויזן אָן אַ שיעור, אַז זיי וואַרפֿן אָפּ די גרונט־פּרינציפּן פֿון אונדזער אמונה, ברפֿט די אויטאָריטעט פֿון דער תּורה און חז״ל.‟

„ס׳איז בײַ אונדז אַ שטיקל אַנטוישונג,‟ האָט הרבֿ אָשר לאָפּאַטין, דער דעקאַן פֿון „ישיבֿת חובֿבֿי תּורה‟ געזאָגט טעלעפֿאָניש, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם יערלעכן פֿרישטיק פֿון „אַגודת־ישׂראל‟, וווּ, לויט אים, האָבן די באַטייליקטע זיך פֿרײַנדלעך באַצויגן צו אים. „ווען זיי וואָלטן זיך בעסער באַקענט מיט אונדז, וואָלטן זיי אונדז בעסער פֿאַרשטאַנען ווי אָרטאָדאָקסישע ייִדן און פֿירער.‟

אין דער אמתן, איז די אָפֿענע אָרטאָדאָקסיע נישט קיין אָפֿיציעלע באַוועגונג, און אַ סך פֿון די וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט יענע אינסטיטוציעס, מײַדן אויס דעם טערמין „אָפֿענע אָרטאָדאָקסיע‟ ווי אַן אופֿן זיך צו אידענטיפֿיצירן. דערצו זענען אירע אינסטיטוציעס זייער קליין: „ישיבֿת חובֿבֿי תּורה‟, למשל, האָט ביז איצט געגעבן סמיכה צו בלויז הונדערט רבנים.

פֿון דעסטוועגן, איז די באַוועגונג לעצטנס שאַרף קריטיקירט געוואָרן פֿון די רעכט־געשטימטע אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. מיט עטלעכע טעג פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿון דער „אַגודת־ישׂראל‟־דערקלערונג, האָט דער „אַמעריקאַנער רבנים־ראַט‟ (RCA) אָפֿיציעל פֿאַרווערט דאָס געבן פֿרויען סמיכה און דאָס אָנשטעלן פֿרויען ווי רבנים. דער פֿאַרווער האָט ספּעציפֿיש דערמאָנט דאָס אָנשטעלן פֿרויען, וואָס ניצן דעם טיטל „מהרת‟, וואָס ווײַס האָט אויסגעטראַכט, און ווערט בלויז געניצט בײַ „ישיבֿת מהרת‟.