(די 2 טע זײַט פֿון 2)
קיין „ייִדישיסט‟ איז מאַרקיש ניט געווען. אַנדערש וואָלטן זײַנע קינדער ניט אויסגעוואַקסן, ניט קענענדיקן ייִדיש. אין דעם זין איז מאַרקיש געווען „שלום־עליכמיש‟ — אונדזער קלאַסיקער האָט דאָך אויך ניט קולטיווירט ייִדיש אין זײַן, אין תּוך אַרײַן, רוסיש־שפּראַכיקער שטוב. אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, האָבן אייניקע ייִדישע שרײַבער געקוקט קרום אויף מאַרקישעס שטרעבונג צו זײַן אַן אייגענער צווישן רוסיש־רעדנדיקע קולטור־טוער.
הקיצור, מאַרקיש איז געווען אַן אידעאַלער, פֿאַרלאָזלעכער סאָוועטישער מענטשן. דערצו אַ געוואַלדיק טאַלאַנטירטער. און אַ וווילער אויך; אָבער, לויט דער פּאַראַנאָיִשער לאָגיק פֿון דער סאָוועטישער מלוכה־מאַשין, האָט ער געשטערט. אַ סך אַזעלכע — אידעאַלע און איבערגעגעבענע — האָבן פֿון מאָל צו מאָל געשטערט. הײַנט איז אַפֿילו שווער ווידער אויפֿצושטעלן די סיבה פֿאַר אַ באַשלוס צו ליקווידירן די מענטשן. אפֿשר איז עס אין דער עצם נאַטור פֿון יעדער טיראַנישער מאַכט, וועלכע האָט ניט קיין שום באַגרענעצונג מצד דעם געזעץ. דער סוף איז געווען, אַז דעם 12טן אויגוסט 1952 האָט מען מאַרקישן, און ניט נאָר אים, ליקווידירט, און קיין שפּור — קיין קבֿר — ניט איבערגעלאָזט. אַ טראַגעדיע, וואָס פֿילט זיך נאָך שאַרפֿער צוליב איר „אומלאָגישקייט‟, אומיושרדיקייט.
די טעג איז מיר אויסגעקומען צו הערן (בעת אַן אָוונט אין ייִוואָ), ווי דער ייִנגסטער זון פֿון פּרץ מאַרקישן, דוד מאַרקיש, רעדט וועגן זײַן פֿאָטער. דוד מאַרקיש איז אַ באַקאַנטער רוסיש־שפּראַכיקער שרײַבער, וואָס וווינט שוין לאַנג אין ישׂראל. ער קען ניט קיין ייִדיש, אַזוי אַז לייענען קען ער נאָר זייער אַ קליינעם חלק פֿון זײַן פֿאָטערס ווערק — דאָס וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן.
הקיצור, בויט דוד מאַרקיש אויף אַזאַ שאָקלענדיקן יסוד אַן אימאַזש פֿון אַן „אַפּאָליטישן‟ פּרץ מאַרקישן — גלײַך ווי מאַרקיש איז געווען אַ נאַיִווער קינסטלער, אָפּגעריסן פֿון פּאָליטיק. ווי אַזוי זשע דען האָט אַזאַ „נאַיִווער‟ מענטש געקענט אָנשרײַבן טויזנטער זײַטלעך פֿון פּאָליטיש־ריכטיקער פּאָעזיע, פּראָזע און דראַמע? איך רעד שוין ניט וועגן מאַרקישעס אַרטיקלען אין דער צענטראַלער סאָוועטישער פּרעסע.
איך פֿאַרשטיי, אַז דוד מאַרקיש וויל — אפֿשר אומבאַוווּסטזיניק — אויף אַזאַ אופֿן „ריינוואַשן‟ זײַן פֿאָטער. פֿאַקטיש, אָבער, פֿאַרקריפּלט און פּרימיטיוויזירט ער דעם קאָמפּליצירטן גרויסן ייִדישן קינסטלער, וואָס זײַן גלויבן אין סאָוועטישן קאָמוניזם האָט געמאַכט זײַן סוף נאָך טראַגישער, מחמת אומגעקומען איז ער דווקא פֿון די הענט פֿון די „אייגענע‟.
איך מוז דאָ זאָגן, אַז „זכרונות וועגן מײַן טאַטן‟ איז בכלל אַ שווערער זשאַנער. צווישן די זכרונות, אָנגעשריבן וועגן אַ סאָוועטישן ייִדישן קולטור־טוער, בלײַבט פֿאַר מיר אַ גוטער מוסטער דאָס בוך פֿון אַלאַ זוסקין וועגן איר טאַטן, דעם אַקטיאָר בנימין זוסקין. דער ענגלישער נוסח פֿונעם בוך איז ניט לאַנג צוריק אַרויס — The Travels of Benjamin Zuskin.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.