פֿאַרשידענע טיטלען פֿאַר אָרטאָדאָקסישע גײַסטיקע פֿירערינס

Many Titles for Female Orthodox Spiritual Leaders

מיש האַמער־קאָסוי (רעכטס) לערנט מיט אַ תּלמידה גמרא, אינעם לערן־אַנשטאַלט „פּרדס‟, ירושלים
Pardes
מיש האַמער־קאָסוי (רעכטס) לערנט מיט אַ תּלמידה גמרא, אינעם לערן־אַנשטאַלט „פּרדס‟, ירושלים

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published November 08, 2015, issue of November 27, 2015.

די מעלדונג פֿונעם אַמעריקאַנער רבנים־ראַט (RCA) פֿונעם 30סטן אָקטאָבער, אַז זײַנע מיטגלידער טאָרן נישט אָנשטעלן קיין פֿרויען ווי גײַסטיקע פֿירער, האָט אַרויסגערופֿן אַ הייסע דעבאַטע אויף דער אינטערנעץ צווישן די טראַדיציאָנאַליסטן, וואָס האַלטן, אַז פֿרויען דאַרפֿן טאַקע נישט דינען ווי פֿירער פֿון אַ רעליגיעזער קהילה, און די מער פּראָגרעסיווע קולות אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער וועלט, וואָס זאָגן, אַז אויב אַ געוויסע פֿרוי איז פֿעיִק בײַם זאָגן אַ שיעור, גיבן דבֿרי־תּורה און פּסקענען שאלות, דאַרף אַ שיל־פֿאַרוואַלטונג האָבן דאָס רעכט צו באַשטימען זי ווי איר „מרא דאתרא‟ (הלכישער וועגווײַזער).

אין דער רעזאָלוציע איז געשטאַנען, אַז „די מיטגלידער פֿונעם רבנים־ראַט, וואָס האָבן פּאָזיציעס אין אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציעס, טאָרן נישט גיבן סמיכה צו פֿרויען, ס׳מאַכט נישט אויס וואָס דער טיטל איז; טאָרן נישט אָנשטעלן אַ פֿרוי צו דינען אויף אַ רבנישער פּאָזיציע אין אַן אָרטאָדאָקסישער אינסטיטוציע, אָדער דערלויבן אַ לערערין פֿון לימודי־קודש אין אַן אָרטאָדאָקסישן לערן־אַנשטאַלט צו טראָגן אַ טיטל, וואָס באַדײַט, אַז זי האָט סמיכה.‟

די רבנישע טיטלען, וואָס דער רבנים־ראַט האָט אויף זיי מרמז געווען, זענען „רבה‟ [ראַבאַ] און „מהר״ת‟ [מאַהאַראַט] — צוויי נעמען געשאַפֿן פֿון הרבֿ אַבֿי ווײַס פֿאַר יענע אָרטאָדאָקסישע פֿרויען, וואָס דינען ווי די גײַסטיקע פֿירער פֿון אַ קהילה. ווײַס איז דער גרינדער פֿונעם פּראָגרעסיוון אָרטאָדאָקסישן רבנים־סעמינאַר, „ישיבֿת חובֿבֿי־תּורה‟, און פֿונעם איינציקן אַמעריקאַנער סעמינאַר, וואָס גיט פֿרויען סמיכה, „ישיבֿת מהר״ת‟. („מהר״ת‟ זענען די ראשי־תּיבֿות פֿון מנהיגה הלכתּית רוחנית תּורנית.)

אין דער אמתן, זענען „רבה‟ און „מהר״ת‟ בלויז צוויי פֿון אַ צאָל טיטלען, וואָס מע רופֿט אָרטאָדאָקסישע פֿרויען, וועלכע דינען ווי די גײַסטיקער פֿירער פֿון זייערע קהילות. דינה נײַמאַן, למשל, די פֿירערין פֿון דער עדה The Kehillah, אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, רופֿט מען דער „ראש־קהילה‟. דערצויגן אין דער פֿרומער געגנט מאָנסי, ניו־יאָרק, די טאָכטער פֿון אַ לערער פֿון חזנות, וואָס האָט אַליין געהאַט סמיכה, האָט נײַמאַן תּמיד ליב געהאַט צו לערנען תּורה. נאָכן שטודירן יאָרן לאַנג סײַ אין די אָנגעזעענע ישׂראלדיקע פֿרויען־סעמינאַרן „מיכללה‟ און „נשמת‟, סײַ אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט זי געקראָגן סמיכה פֿונעם ישׂראלדיקן רבֿ און פּראָפֿעסאָר דניאל ספּערבער, און אַ צערטיפֿיצירונג אין ביאָ־עטישע און מעדיצינישע הומאַניטאַרע שטודיעס פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט נײַמאַן באַטאָנט, אַז זי איז זייער איבערגעגעבן דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג, און האָט בכלל נישט געקלערט צו ווערן אַ גײַסטיקע פֿירערין. ווי איז עס געשען? אַ צאָל ייִדן האָבן זי געבעטן צו ווערן דער רוחניותדיקער מנהיג פֿון זייער קהילה, און אַ טייל אָנגעזעענע פֿיגורן, ווי הרבֿ יונה רײַס, הרבֿ שאול בערמאַן און הרבֿ דוד זילבער האָבן זי געמוטיקט. דער מנין איז אָבער נישט אַנדערש ווי אַ סך אַנדערע אָרטאָדאָקסישע שילן די טעג. די מענער פֿירן אָן מיטן גאַנצן דאַווענען און תּורה־לייענען. איין אויסנאַם: פֿרויען העלפֿן יאָ בײַם לייענען מגילת־אסתּר פּורים, קהלת — סוכּות, און איכה — תּשעה־באָבֿ. אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי איז דאָס מגילה־לייענען אַנדערש ווי לייענען פֿון דער תּורה, האָט נײַמאַן געענטפֿערט: „ווײַל לייענען מגילות איז נישט קיין חיובֿ‟. דערצו שטייען נישט די מגילה־לייענערינס בײַ דער בימה; זיי טוען עס, זיצנדיק אין עזרת־נשים. „ווען אַ פֿרויס קול ווערט געניצט פֿאַר הייליקע זאַכן, דערהייבט עס די קדושה,‟ האָט זי צוגעגעבן.

עדינה בערקאָוויץ, די אָנפֿירערין פֿון דער אָרטאָדאָקסישער עדה, „קול הנשמה‟, אין מאַנהעטן, האָט אַ צווייטן טיטל: Scholar-in-Residence [דער אָפֿיציעלער געלערנטער], כאָטש אַ טייל ייִדן רופֿן זי אויך „רבנית‟ [ראַבאַניט] — אַ ישׂראלדיקער טערמין, וואָס איז טײַטש אַ געלערנטע פֿרוי. הגם בערקאָוויצס טאַטע, וויליאַם בערקאָוויץ, האָט יאָרן לאַנג געדינט ווי דער ראַבינער פֿון דער נישט־אָרטאָדאָקסישער מאַנהעטן־סינאַגאָגע „בני־ישורון‟, האַלט זיך עדינה בערקאָוויץ הײַנט פֿאַר אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער פֿרוי.

עדינה בערקאָוויץ (זיצט, אין מיטן), נאָכן אָנפֿירן מיט אַ טו־בשבֿט סדר פֿאַר פֿרויען, יאַנואַר 2014, אין מאַנהעטן
Facebook
עדינה בערקאָוויץ (זיצט, אין מיטן), נאָכן אָנפֿירן מיט אַ טו־בשבֿט סדר פֿאַר פֿרויען, יאַנואַר 2014, אין מאַנהעטן

בערקאָוויץ האָט באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון יוריספּרודענץ פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און אַ דאָקטאָראַט אין ייִדישער עטיק פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. פּונקט ווי נײַמאַן, האָט זי נישט פּלאַנירט צו ווערן אַ גײַסטיקע פֿירערין פֿון אַ שיל, ביז זי האָט זיך באַגעגנט איין יום־כּיפּור מיט אַ ייִד פֿון גרויסן רבנישן ייִחוס, און איז דערשטוינט געוואָרן צו זען ווי ער טרינקט אַ קאַווע און רייכערט אַ פּאָפּיראָס.

„ס׳האָט מיך שטאַרק צערודערט, וואָס אַ ייִד פֿון אַזאַ אָנגעזעענער פֿרומער משפּחה זאָל זײַן אַזוי אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדישקייט,‟ האָט בערקאָוויץ באַמערקט. גלײַך נאָך יום־טובֿ האָט זי באַשלאָסן, צוזאַמען מיטן כאַריזמאַטישן חזן, אַרי קלײַן (אַ קינד פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכער איז געווען זייער נאָענט מיטן קלויזענבערגער און דעם רימניצער רבין) צו גרינדן אַ ספּעציעלן אָרטאָדאָקסישן מנין, וואָס קאָן צוציִען יענע דערווײַטערטע ייִדן צו אַ מער טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן, דורך וואַרעמקייט און לעבעדיק געזאַנג.

ווי די פֿירערין פֿון „קול הנשמה‟, גיט בערקאָוויץ יעדעס מאָל די דבֿר־תּורה; זי גיט שעיורים, אַרײַנגערעכנט אַ וועכנטלעכן פּרשה־שיעור פֿאַר פֿרויען, און מע קומט צו איר מיט שאלות. „אַ סך מענטשן ראַנגלען זיך מיט זייער אמונה בעת די אָנגעווייטיקטע צײַטן,‟ האָט זי געזאָגט. „איך זע, אַז דער עיקר בײַ זיי איז פּשוט מע זאָל זיי אויסהערן, העלפֿן זיי אַרטיקולירן זייער השקפֿה, און אַרויסווײַזן מיטגעפֿיל,‟ האָט בערקאָוויץ געזאָגט.

דזשעני ראָזענפֿעלד, וואָס איז הײַיאָר באַצייכנט געוואָרן ווי אַ „מנהיגה רוחנית‟ דורכן הויפּט־רבֿ פֿון אפֿרת, ישׂראל, שלמה ריסקין
Meir Kruter
דזשעני ראָזענפֿעלד, וואָס איז הײַיאָר באַצייכנט געוואָרן ווי אַ „מנהיגה רוחנית‟ דורכן הויפּט־רבֿ פֿון אפֿרת, ישׂראל, שלמה ריסקין

אין ישׂראל זענען דרײַ אָרטאָדאָקסישע פֿרויען הײַיאָר באַשטימט געוואָרן ווי גײַסטיקע פֿירער. אין יאַנואַר האָט דער הויפּט־רבֿ פֿון אפֿרת, שלמה ריסקין, באַשטימט דזשעני ראָזענפֿעלד, אַ סטודענטקע בײַם „מדרשת לינדענבוים פֿרויען־אינסטיטוט פֿאַר הלכישער פֿירערשאַפֿט‟, ווי אַ „מנהיגה רוחנית‟. צווישן אירע פֿליכטן: גיבן דבֿרי־תּורה אין פֿאַרשידענע שילן און ענטפֿערן אויף שאלות וועגן הלכישע, גײַסטיקע אָדער פּערזענלעכע קשיאות. ס׳רובֿ פֿון די מענטשן וואָס קלינגען איר, זענען פֿרויען מיט פֿראַגעס וועגן אָבֿלות, גט, אָדער וועגן זייערע קינדער, וואָס האָבן לעצטנס אויסגעזאָגט, אַז זיי זענען האָמאָסעקסואַליסטן.

אין יוני האָבן די רבנים דניאל שפּערבער און הערצל העפֿטער, פֿונעם אָרטאָדאָקסישן צענטער „הר־אל‟ אין ירושלים, געגעבן סמיכה צו צוויי לאַנג־יאָריקע געלערנטע פֿרויען בײַם לערן־אַנשטאַלט „פּרדס‟ — מיש האַמער־קאָסוי און רחל בערקאָוויץ. ביידע טראָגן איצט דעם טיטל „רבֿ‟ [אַרויסגערעדט מיט דער ספֿרדישער הבֿרה, „ראַוו‟].

האַמער־קאָסוי זאָגט, אַז זי ענטפֿערט אָפֿט אויף שאלות בײַ אירע איצטיקע און געוועזענע סטודענטן, סײַ אין ישׂראל, סײַ פֿון אַמעריקע. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען פֿרויען מיט שאלות וועגן כּשרות און שבת, אָבער אַמאָל זענען די שאלות מער אייגנאַרטיק. איין פֿרוי האָט, למשל, פֿאָרנדיק אויף דער באַן, געקלונגען האַמער־קאָסוי און געזאָגט, אַז אַ גרופּע מענער האָט ערשט צונויפֿגעשטעלט אַ מנין אויף דער באַן און אָנגעהויבן דאַווענען; צי זאָל זי אויפֿשטיין פֿאַר קדושה, און ענטפֿערן „אָמן‟? האַמער־קאָסויס תּשובֿה: אויב זי האָט מיט זיי אויך געדאַוונט שמונה־עשׂרה, דאַרף זי זאָגן אָמן, אָבער אויב זי האָט נאָך נישט געענדיקט די תּפֿילה, דאַרף זי בלויז שטיין און שווײַגן.

און וואָס טראַכט האַמער־קאָסוי וועגן דעם, אַז מע רופֿט זי „רבֿ‟ — אַ טיטל וואָס איז טראַדיציאָנעל פֿאַרבונדן בלויז מיט מאַנסבילן — אַנשטאָט „רבה‟? „קוק, קיינער האָט קיין מאָל נישט גערופֿן גאָלדע מאיר ׳ראשה־ממשלה׳,‟ האָט זי געענטפֿערט. „פֿאַר וואָס זשע דאַרף מען מיך רופֿן ׳רבה׳?‟