די צײַט פֿליט. דאָס איז אפֿשר אַ נאַרישע, צי אַפֿילו אַ באַנאַלע זאַך עס צו באַמערקן, אָבער פּונקט אַזאַ געדאַנק איז מיר אײַנגעפֿאַלן מיט אָנדערהאַלבן חדשים צוריק, ווען איך האָב זיך געכאַפּט, אַז איך אַרבעט שוין מער ווי צוויי יאָר אין „פֿאָרווערטס‟. האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז ס׳וואָלט אפֿשר געווען אינטערעסאַנט אַליין זיך אויסצופֿרעגן וועגן מײַן אַרבעט און מײַנע אײַנדרוקן, וועגן וואָס עס טוט זיך אויף דער ייִדישער גאַס בכלל און אין דער רעדאַקציע בפֿרט. איין קלייניקייט: די פֿראַגעס, אויף וועלכע איך וועל ענטפֿערן, זענען ניט קיין פֿראַגעס, וואָס איך האָב אַליין אויסגעטראַכט, נאָר די, וואָס איך הער שוין מער ווי צוויי יאָר.
פֿון וועמען באַקום איך די דאָזיקע פֿראַגעס? פֿון פֿאַרשידענע מינים מענטשן: פֿון אײַך, די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג; פֿון חבֿרים און באַקאַנטע, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש; פֿון פֿרעמדע וואָס הערן, אַז איך אַרבעט אין אַ ייִדישער צײַטונג, און אַפֿילו פֿון מײַנע קאָלעגן בײַם „ענגלישן פֿאָרווערטס‟. אָט זענען מײַנע ענטפֿערס אויף אַ פּאָר פֿון זיי.
וואָס איז די שווערסטע זאַך בײַם אַרבעטן אין אַ ייִדישער צײַטונג?
צו זײַן אַ זשורנאַליסט איז ניט גרינג בכלל, און ס׳איז נאָך שווערער צו זײַן אַ זשורנאַליסט אויף אַ שפּראַך, וואָס ווייניק מענטשן קענען אויף איר גוט לייענען. ס׳רובֿ פֿון די שוועריקייטן בײַם אַרבעטן אין אַ ייִדישער צײַטונג זענען, אָבער, די זעלביקע, וואָס עקזיסטירן אין אַלע צײַטונגען.
די גרעסטע שוועריקייט וואָס שייך ייִדיש איז, אַז איך דאַרף מאַכן ס׳רובֿ פֿון מײַנע אינטערוויוען אויף ענגליש און דערנאָך זיי איבערזעצן אויף ייִדיש. איינער פֿון די עיקר־פּרינציפּן פֿונעם זשורנאַליזם איז איבערצוגעבן פּינקטלעך דאָס, וואָס עמעצער זאָגט אָבער אויב מע שרײַבט דעם אַרטיקל אויף אַ שפּראַך וואָס איז אַנדערש פֿון דער שפּראַך, אויף וועלכער מע האָט געמאַכט דעם אינטערוויו, קען מען ניט אַלעמאָל גענוי איבערגעבן וואָס מע האָט געענטפֿערט. געוויסע אידיאָמען זעצן זיך ניט איבער, און די אַמעריקאַנער האָבן אַ טבֿע צו רעדן גאַנץ אומפֿאָרמעל. איך פּרוביר, אָבער, אַזוי ווײַט ווי מעגלעך, איבערצוגעבן דעם זעלביקן טעם אויף ייִדיש, וואָס איז געווען אויף ענגליש.
וויפֿל מענטשן לייענען הײַנט דעם „פֿאָרווערטס‟ אויף דער אינטערנעץ?
אַ סך מער ווי ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אָבער ווייניקער ווי מע וויל. מײַן הויפּט־אַרבעט בײַם „פֿאָרווערטס‟ איז פֿאַקטיש ניט בלויז צו שרײַבן אַרטיקלען, נאָר אָנצופֿירן מיט דער צײַטונגס „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־קאָנטעס. דאָס הייסט, איך באַמי זיך צו „כאַפּן‟ מענטשן אויף די דאָזיקע געזעלשאַפֿטלעכע וועבזײַטן און זיי אַרײַנברענגען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. יעדע וואָך באַקומען צענדליקער טויזנטער מענטשן ידיעות וועגן אונדזערע אַרטיקלען און פֿילמען דורך „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, און דורך דעם געפֿינט די צײַטונג אַ סך נײַע לייענער. דערפֿאַר האַלט די צאָל לייענער „אָנלײַן‟ אין איין וואַקסן.
אין וואָסערע לענדער לייענט מען דעם „פֿאָרווערטס?‟
דער געדרוקטער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרמאָגט אַבאָנענטן אין העכער 25 לענדער. אויף דער אינטערנעץ זענען ס׳רובֿ פֿון די לייענער אין אַמעריקע און ישׂראל, מיט אַ מערקווירדיקער צאָל לייענער אויך אין קאַנאַדע, ענגלאַנד, אויסטראַליע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און אַרגענטינע. מיר האָבן אַ פּאָר געטרײַע לייענער אין ליטע, פּוילן און אוקראַיִנע, און אַפֿילו איין לייענער אין עזה.
וואָס האַלטסטו, איז די וויכטיקסטע טענדענץ, וואָס קומט הײַנט פֿאָר אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס?
כאָטש איך בין ניט קיין סאָציאָלאָג אָדער עקספּערט וועגן אַמעריקאַנער ייִדן, האָב איך במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר באַמערקט אַ פּאָר וויכטיקע סאָציאָלאָגישע טענדענצן. איך מיין, אַז צווישן די וויכטיקסטע טענדענצן איז, אַז די הויפּט־שטראָמיקע ייִדישע אינסטיטוציעס, בראָש מיט די „פֿעדעראַציעס‟, פֿאַרלירן זייער מאַכט, וואָס זיי האָבן געהאַט. מע זעט דאָס בולט אָן, למשל, ווען דאָס „ווײַסע הויז‟ טרעפֿט זיך מיט די פֿאָרשטייער פֿון די חרדישע אָרגאַניזאַציעס און ניט בלויז מיט די כּמו־„אָפֿיציעלע‟ ייִדישע פֿאָרשטייער. מע זעט דאָס אויך אינעם אויספֿיר פֿון די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, אַפֿילו די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע, וואָס ווילן בעסער אָנטיילנעמען אין אומאָפּהענגיקע מנינים, איידער צו גיין דאַווענען אין די גרויסע שילן. און מע האָט דאָס קלאָר געזען, ווען די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ האָט ניט אַרײַנגעלאָזט „דזשיי־סטריט‟ אין איר קאָאַליציע און דערפֿאַר געליטן פֿון אַ ריזיקן פֿאַרלוסט אין לעגיטימקייט מצד אַ סך יונגע ייִדן.
כאָטש די ייִדישע „פֿעדעראַציעס‟ קאָנטראָלירן נאָך אַלץ ס׳רובֿ פֿונעם געלט, וואָס ווערט צעטיילט צווישן די ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס, האָבן זיי ווײַט ניט די וויכטיקייט, וואָס זיי האָבן געהאַט אַפֿילו מיט 15 יאָר צוריק. מיטן צוּוווּקס פֿון דער חרדישער באַפֿעלקערונג מיט אירע אייגענע אינסטיטוציעס פֿון איין זײַט, און די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס זעען ניט די „אָפֿיציעלע‟ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס ווי לעגיטים און מאַכן שבת פֿאַר זיך, פֿון דער אַנדערער זײַט, וועלן די ייִדישע „פֿעדעראַציעס‟ אין אַ דור־צוויי אַרום זײַן כּמעט אין גאַנצן אומרעלעוואַנט. און דאָס וועט, פֿאַרשטייט זיך, בײַטן כּלערליי אַספּעקטן פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.
ס׳איז מיר שטענדיק באמת אַ חידוש, וואָס אַזוי ווייניק מענטשן רעדן וועגן דעם.
פֿאַר וואָס שרײַבסטו בכלל ניט וועגן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך?
מענטשן וואָס קענען מיך פּערזענלעך ווייסן, אַז איך האָב געוויסע מיינונגען וועגן דעם ענדלאָזן קאָנפֿליקט אינעם מיטעלן־מיזרח. ניט געקוקט אויף דעם, האָב איך אָבער ביז אַהער ניט געשריבן כּמעט קיין וואָרט וועגן דעם ענין אינעם „פֿאָרווערטס‟. די סיבה דערפֿאַר איז ווײַל עס וואָלט קיינעם ניט געהאָלפֿן, איך זאָל שרײַבן וועגן דעם. ערשטנס, האָב איך ניט קיין ספּעציעלע פֿאַרשטענדעניש וועגן דעם סיכסוך און גאָרניט צו זאָגן, וואָס עס זאָגן שוין ניט אַ סך אַנדערע מענטשן.
דערצו, אַזוי ווי אַלע קאָמענטאַטאָרן וועגן דעם קאָנפֿילקט, האָב איך ניט קיין עצות אויף דער צוקונפֿט, נאָר באַמערקונגען, וועגן דאָס וואָס איז שוין געשען. ווען עס וואָלט מיר אײַנגעפֿאַלן עפּעס באמת נײַס, וואָלט איך זיכער אָנגעשריבן אַן אַרטיקל. אָבער ס׳וועט מסתּמא ניט געשען; און דער עולם איז שוין מיד פֿון לייענען וועגן דעם. איז שוין בעסער איך זאָל שרײַבן אויף אַנדערע טעמעס.
וואָסערע עצות האָסטו פֿאַר די, וואָס ווילן ווערן זשורנאַליסטן?
צום באַדויערן, איז מײַן עצה צו אַלע יונגע מענטשן, וואָס ווילן ווערן זשורנאַליסטן, אַז זיי זאָלן אויסקלײַבן אַן אַנדער פֿאַך. ס׳איז טרויעריק, אָבער די גאַנצע אינדוסטריע צעפֿאַלט זיך און ס׳זענען פּשוט ניטאָ גענוג פֿאַרלאָזלעכע שטעלעס. אַפֿילו ס׳רובֿ גאָר טאַלאַנטירטע זשורנאַליסטן קענען הײַנט באַקומען בלויז צײַטווײַליקע אַרבעט און ניט קיין געהעריקע שטעלעס.
ווען איך בין געווען אין מיטלשול און איך האָב רעדאַקטירט אונדזער שול־צײַטונג, האָב איך, צוזאַמען מיט מײַנע „קאָלעגן‟, זיך געטראָפֿן מיט די מיטאַרבעטער פֿון דער גרעסטער צײַטונג אין פֿילאַדעלפֿיע. זיי האָבן אונדז ערנסט געוואָרנט, אַז דאָס פּרובירן צו ווערן אַ זשורנאַליסט פֿאַר אַ צײַטונג הײַנט צו טאָג, איז זייער אַ שלעכטער אײַנפֿאַל. מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען פֿאַרקויפֿט די צײַטונג און ס׳רובֿ פֿון זיי האָט מען טאַקע אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט.
ווען איך האָב זיך געלערנט אינעם אוניווערסיטעט און געטראַכט וועגן ווערן אַ זשורנאַליסט אין אַ צײַטונג, האָב איך געזען, אַז כּדי צו האָבן אַפֿילו אַ קליינעם שאַנס צו באַקומען אַ שטעלע, דאַרף מען, געוויינטלעך, אַרבעטן יאָרן לאַנג אָן באַצאָלט ווי אַ פּראַקטיקאַנט. האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס ווערן אַ זשורנאַליסט אין אַ צײַטונג איז פּשוט הײַנט אוממעגלעך פֿאַר ס׳רובֿ יונגע מענטשן. ווען ניט דער פֿאַקט, אַז איך קען גוט ייִדיש, וואָלט איך קיינמאָל ניט געקענט זיך אַרײַנכאַפּן אין דער אינדוסטריע; דווקא ייִדיש האָט עס מיר דערמעגלעכט.
וואָס איז די בעסטע זאַך פֿון דײַן אַרבעט אינעם „פֿאָרווערטס‟?
אָן קיין שום ספֿק — די לייענער. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אַ געטרײַע און אוניקאַלע לייענערשאַפֿט, און ס׳איז מיר שטענדיק אַ כּבֿוד צו הערן וואָס עס מיינען אונדזערע לייענער. איין גאָר טשיקאַווער בײַשפּיל: מיט אַ יאָר צוריק איז דערשינען מײַנער אַַ קאָנרטאָווערסיעלער אַרטיקל. אַ וואָך נאָך דעם, וואָס די צײַטונג איז געגאַנגען צום דרוק, האָט מיר אָנגעקלונגען אַן אַלטער ייִד, וואָס האָט געזאָגט אויף אַ געשמאַקן ייִדיש, אַז ער איז „מלא־כּעס אויף מיר‟, און אַז מײַן אַרטיקל איז געווען „ריין טיפּשות‟. נאָכן אויסהערן זײַנע טענות מער ווי צוואַנציק מינוט האָט ער זיך אַליין איבערגעריסן און געזאָגט „אָבער איך וויל אײַך באַדאַנקען אויך‟.
„פֿאָר וואָס?‟ האָב איך, אַ געפּלעפֿטער, געפֿרעגט.
„ווײַל ס׳איז מיר אַ ריזיקע טרייסט און אַ נחת־רוח דערצו, וואָס איך קען הײַנט צו טאָג ווערן אַזוי אין כּעס איבער אַן אַרטיקל אויף מאַמע־לשון. דאָס איז טאַקע עפּעס שיין‟.
נו, ס׳איז ניטאָ קיין אַנדער צײַטונג אויף דער וועלט, וווּ איך וואָלט געקענט „טרייסטן‟ אַ חושבֿן לייענער אויף אַזאַ אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.