ניט לאַנג צוריק האָט אונדזער צײַטונג דערציילט דעם לייענער, אַז אין דעם אַפּריל־נומער פֿונעם פּעטערבורגער זשורנאַל „דער עם־הספֿר אין דער וועלט פֿון ביכער‟, וואָס גייט אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל, האָט מען אָפּגעמערקט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון חיים זשיטלאָווסקין. איך האָב ניט געהערט (אפֿשר דורכגעלאָזט?), מע זאָל דעם דאָזיקן יוביליי אָפּמערקן אין אַמעריקע. און דאָס איז באמת מאָדנע, ווײַל דווקא אין אַמעריקע האָט זשיטלאָווסקי פֿאַרבראַכט דעם גרעסטן טייל פֿון זײַן לעבן; דאָ האָט ער געהאַט, גלייב איך, די גרעסטע צאָל חסידים זײַנע.
כּל־זמן ס׳האָט געלעבט איטשע גאָלדבערג, דער קולטור־טוער מיט אַ השפּעה אין די געוועזענע ייִדישע לינקע קרײַזן, איז אין ניו־יאָרק געווען אַ פֿונדאַציע, וועלכע האָט געטראָגן זשיטלאָווסקיס נאָמען. אונטערן דאַך פֿון אָט דער פֿונדאַציע האָט אין דער לעצטער פֿאַזע פֿון זײַן געשיכטע געלעבט דער זשורנאַל „ייִדישע קולטור‟.
אין 2004 האָב איך געבעטן איטשען (ער איז דעמאָלט געוואָרן 100 יאָר אַלט) ער זאָל מיר אָנרופֿן דעם מענטש, צו וועלכן ער האָט געפֿילט דעם גרעסטן דרך־ארץ. דער ענטפֿער איז געווען: חיים זשיטלאָווסקי. איך האָב געפּרוּווט אים אָנרופֿן אַנדערע נעמען, אויך גענוג „גרויסע‟, אָבער איטשע האָט זיך פֿעסט געהאַלט — זשיטלאָווסקי, און שוין. דאָס זעלבע האָב איך אויך געהערט בײַ אַנדערע לײַט. אַזוי צי אַזוי, אָבער נאָך איטשע גאָלדבערגס טויט אין 2006 זעט מען ניט קיין מענטש, וואָס זאָל זיך אַרומטראָגן מיטן נאָמען פֿון חיים זשיטלאָווסקין, כאָטש אין די אַקאַדעמישע קרײַזן האָט מען וועגן אים ניט פֿאַרגעסן.
אַ סבֿרא, אַז דער „גורו‟ פֿון ייִדישיסטן איז געווען אַ כאַריזמאַטישע פֿיגור. דערצו האָט זשיטלאָווסקי געהאַט דעם שם צו זײַן „דער ערשטער‟. ער האָט דער ערשטער צונויפֿגעפּאָרט סאָציאַליזם מיטן ייִדישן נאַציאָנאַליזם. ער איז, אַ פּנים, געווען דער ערשטער אין דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה, וואָס האָט באַקומען אַ דאָקטאָר־טיטל — אַ ריכטיקן, פֿון פֿילאָסאָפֿיע, מיט אַ דיסערטאַציע, פֿאַרטיידיקט אין דער שווייץ. ס’איז קלאָר, אַז אָן אים וואָלט די ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין יאָר 1908 זיך ניט צונויפֿגעקליבן אין טשערנאָוויץ. און אַ סך אַנדערע פּלענער וואָלטן פּשוט ניט מקוים געוואָרן אָן דעם דאָזיקן טאַלאַנטירטן און טעטיקן מענטש.
גלײַכצײַטיק, האָב איך אַ סך טענות צו זשיטלאָווסקין. קודם־כּל, האָט אים אידעאָלאָגיש געטרייסלט און געוואָרפֿן אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען. מיט אַ צײַט צוריק איז אין דײַטשלאַנד אַרויס אַ בוך וועגן זשיטלאָווסקין. האָב איך וועגן דעם געזאָגט אַ קאָלעגע מײַנעם, און ער האָט זיך אָפּגערופֿן מיט אַ פֿראַגע: „וועגן וועלכן זשיטלאָווסקין?‟ און ס’איז טאַקע אַזוי: זשיטלאָווסקי איז, אין אַ היפּשער מאָס, געווען יעדעס מאָל אַן אַנדערער.
אין מײַנע אויגן, איז זשיטלאָווסקי געווען אַ שטיקל טשודאַק, אָנגעלאָדן מיט אוטאָפּישע אידעען. צוריק גערעדט, די אידעאָלאָגיע פֿון ייִדישיזם איז געווען, אין תּוך אַרײַן, אַן אוטאָפּישע, און זשיטלאָווסקי איז, בלי־ספֿק, געווען די פֿאַרקערפּערונג פֿון אָט דער אידעאָלאָגיע. דערפֿאַר טאַקע האָבן אַנדערע ייִדישיסטן אים פֿאַרטיידיקט, אַפֿילו ווען זיי זײַנען אַליין געווען ניט מסכּים מיט דעם, וואָס ער האָט געהאַט געטאָן, געזאָגט צי געשריבן. בפֿרט האָט מען אים פֿאַרטיידיקט פֿון די אָנפֿאַלן מצד דעם „פֿאָרווערטס‟.
אין דער סבֿיבֿה פֿון „פֿאָרווערטס‟ האָט מען זשיטלאָווסקין פֿײַנט געהאַט. אַב. קאַהאַן און מענטשן אַרום אים האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישן אַנטיסעמיט. באַזירט איז געווען זייער באַציִונג צו זשיטלאָווסקיס אַרויסזאָגונגען, פֿון וועלכע עס האָט זיך געקענט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ער האָט באַשולדיקט די ייִדן אַליין אין די צרות און גזירות, וועלכע זײַנען אויף זייער דאָליע אויסגעפֿאַלן. די טעג איז אין דעם זשורנאַל Tablet אַרויס אַ פֿרישער אַרטיקל פֿון דזשאָנאַטאַן ברענט, דעם דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, וואָס ציטירט און רעדט אַרום איינע פֿון די ערשטע „באַשולדיקונגען‟ פֿון ייִדן מצד זשיטלאָווסקין. (זען www.tabletmag.com/author/jonathan-brent)
איצט לייען איך דעם „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרן יאָר 1940 — ניט צוליב זשיטלאָווסקין, נאָר גאָר אַן אַנדער זאַך. אָבער מע זעט אין דער צײַטונג, אַז דעמאָלט איז ווידער „פֿריילעך‟ געוואָרן אַרום זשיטלאָווסקין. דער „פֿאָרווערטס‟, בפֿרט דער בײַסיקער זשורנאַליסט חיים ליבערמאַן, האָט באַשולדיקט זשיטלאָווסקין אין, ניט מער און ניט ווייניקער, ווי אינעם געבן „אַ סחורה‟ די דײַטשישע פֿאַשיסטן. ס׳איז באַוווּסט געוואָרן, אַז עפּעס אַ דײַטשישע ראַדיאָ־סטאַנציע האָט זיך פֿאַררופֿן אויף זשיטלאָווסקיס אַן אַרטיקל, אין וועלכן ער האָט כּלומרשט (איך האָב דעם דאָזיקן אַרטיקל ניט געזען) געטענהט וועגן דעם זעלבן: די ייִדן זײַנען אַליין שולדיק…
אָבער איך האָב אַן אייגענעם חשבון מיט זשיטלאָווסקין. לעצטנס, האָב איך איבערגעלייענט, אויך אין אַן אַלטן „פֿאָרווערטס‟, אַז גראָד ער האָט אײַנגעפֿירט אין ייִדיש דאָס וואָרט „אויפֿמערק‟, אַנשטאָט „אויפֿמערקזאַמקייט‟. פֿאַר די יאָרן, וואָס איך אַרבעט ווי אַ „פּראָפֿעסיאָנעלער ייִד‟, זײַנען אין מײַן לשון אַרײַן אַ סך ווערטער, וועלכע איך האָב תּחילת אויפֿגענומען ווי פֿאַרזעענישן. ביסלעכווײַז בין איך צוגעוווינט געוואָרן, למשל, צום „קוקווינקל‟ און אַנדערע אַזעלכע אינאָוואַציעס. אָבער „אויפֿמערק‟ קען איך נאָך אַלץ ניט אָנקוקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.