מרחשװן, דער ביטערער חודש חשװן… די ביטערקייט פֿונעם חודש חשװן — אַזױ טענהן אונדזערע חכמים, האָבן מיר, די אײנפֿאַכע מענטשן, אָנגעהױבן צו פֿילן זינט יענע װײַטע צײַטן, װען עס האָט זיך אָנגעהױבן דער מבול אױף דער װעלט, פּונקט אינעם חודש חשװן.
אױך דאָס יאָר האָט דער רעגן זיך ניט פֿאַרזאַמט און דערמאָנט די בשׂר־ודמניקעס אין ישׂראל, אַז אױף דער װעלט זײַנען דאָ גאָר ביטערע זאַכן, װעלכע ס‘איז כּדאַי צו געדענקען. מילא, ר׳ מנחם־נח האָט געהאַט אַ שײנע און אַ פֿעסטע תּיבֿה און געקענט איבערלעבן יענעם מבול. אין מדינת־ישׂראל, װײַזט אױס, איז ניט געבליבן קײן אײן חכם, װעלכער װאָלט דערמאָנט אונדזער רעגירונג, אַז נישט געקוקט אויף די מחלוקת, ליבע־פּליאָטקעס און מלחמות, זײַנען מיר אײן מאָל אין יאָר זוכה צום חודש חשװן, און זי, די רעגירונג, קען זיך אַפֿילו שטעלן אויפֿן קאָפּ, נאָר אַ שלאַקסרעגן מיט אַ שטורעמװינט װעט יאָ קומען און װעט באַװײַזן דער עקשנותדיקער „גרױסער נאַטשאַלסטװע‟, אַז חשװן שרײַבט מען מיט אַ צוגאָב „מר‟, ביטער.
דאָס יאָר, גאָט צו דאַנקען, האָט דער שטורעם געהאַט רחמנות אױף בית־ישׂראל, און מיר זײַנען אַרױס פֿון דער נאַטור־אָנשיקעניש מיט גאָר קלײנע פֿאַרלוסטן: אָפּגעזעסן אַ װאָך צײַט אָן עלעקטריע, אָן אַ טעלעפֿאָן־פֿאַרבינדונג, דערצו נאָך זיך געלערנט איבערשװימען די גאַס, כּדי אָנצוקומען צו אַן אױטאָבוס־סטאַנציע… מילא, ניט באַקוועם, אָבער ניט שרעקלעך. װי עס פֿלעגט אַ זאָג טאָן מײַן באָבע, מילכּה די צדקתטע: „גאָטעניו, שרעק מיך, נאָר באַשטראָף מיך ניט.‟
אַ סך ביטערער, װי דער שטורעם מיט דער פֿאַרפֿלײצונג אין אײנעם, זײַנען פֿאַר מיר די לעצטע דעקלאַראַציעס און באַשלוסן פֿון דער „יונעסקאָ‟־אָרגאַניזאַציע, דהײַנו: אַ פֿאָדערונג צו מדינת־ישׂראל אױסצומעקן פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער ירושה די מערת־המכפּלה אין חבֿרון, דעם קבֿר פֿון דער מוטער רחל אין בית־לחם, דעם קבֿר פֿון יוסף־הצדיק לעבן שכם און… מען איז כּמעט געקומען צו אַ קאָנסענסוס װעגן דעם כּותל־המערבֿי, אַז דער כּותל האָט גאָרניט צו טאָן מיט דער ייִדישער נאַציאָנאַלער ירושה — װאָס זײ בית־מקדש און װער זײ בית־מקדש — ס׳איז סתּם אַזױ, אַ שטיק װאַנט פֿונעם מעטשעט „אַל־אַקצאַ‟. אָט דאָס איז טאַקע באמת ביטער, אַזױ ביטער, אַז ביטערער, דאַכט זיך, קען שױן ניט זײַן.
װאָס איז דאָס, צו אַלדע רוחות? אַ כאָפּטע, אַ פֿאַרטשאַדעטע כּנופֿיה דעבילן (קײן מער דיפּלאָמאַטיש װאָרט געפֿין איך ניט) װיל מיר, אַ פּשוטן ייִד, דערצײלן װאָס איז יאָ מײַן נאַציאָנאַלע ירושה און װאָס איז ניט?… מע װיל מיך צװינגען אױסצומעקן פֿון מײַן היסטאָרישן זכּרון די בלעטלעך פֿון מײַן ייִחוס־צעטל?… דאָס איז טאַקע — אַ קרענק!
אין מײַן לעבן האָב איך שױן אָנגעשריבן אַ צענדליק אַבסורדיסטישע װערק, אָבער אַפֿילו מײַן טאַנצנדיקע פֿאַנטאַזיע איז ניט גענוג װילד צו פֿאַרשטײן, אַ װעלכע קריװדישע מאָטיװן האָבן געהאַט אין זינען די לענדער, װעלכע האָבן געשטימט פֿאַר דער בזיונותדיקער רעזאָלוציע פֿון „יונעסקאָ‟. איך קען פֿאַרשטײן (עס זאָגט זיך נאָר אַזױ, אַז איך קען; אין דער אמתן, קען איך ניט) די אַראַבישע לענדער, װעלכע זײַנען גרײט צו פֿאַרטרײַבן די ייִדן פֿון מדינת־ישׂראל, און טאַקע מיט פֿרעמדע הענט. איך קען אַפֿילו פֿאַרשטײן די דעלעגאַציעס פֿון קובאַ און צפֿון־קאָרעע, װעלכע האָבן אונטערגעהאַלטן די שמוציקע רעזאָלוציע, אָבער, איר קענט מיך זיבן מאָל שיסן און צען מאָל העגנען, קען איך ניט פֿאַרשטײן, װאָס טוען אין דער צעהײצטער קאָמפּאַניע פֿון די פּאַטאַלאָגישע אַנטיסעמיטן אַזעלכע לענדער װי רוסלאַנד, בעלגיע, ליטע, פּױלן, אױסטראַליע, קאַנאַדע, יאַפּאַן, פֿראַנקרײַך?…
ס’איז דאָך אַ פֿינצטערע בושה צו זאָגן, אָבער פֿון 195 לענדער, די מיטגלידער פֿון „יונעסקאָ‟, האָבן נאָר זעקס לענדער געשטימט קעגן דער רעזאָלוציע, װעלכע, לױט מײַן מײנונג, איז אַ שמוציקער פֿלעק אױף דער רעפּוטאַציע פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס האַלט זיך פֿאַרן „אײבערשטן פֿון שטײסל‟ אױפֿן געביט פֿון קולטור און װיסנשאַפֿט. יאָ, אונדזערע טײַערע לײענער, נאָר מיטגלידער פֿון זעקס לענדער זײַנען געקומען צו שטימען מיט אַ ניכטערן קאָפּ — די פֿאַראײניקטע שטאַטן, די טשעכישע רעפּובליק, האָלאַנד, בריטאַניע, דײַטשלאַנד און עסטלאַנד. אָ, גאָטעניו, געװאַלד געשריִען, װי װערט מען שױן פּטור פֿון די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון דער ביטערער ציפֿער 6, װעלכע יאָגט אונדז נאָך?…
די אַראַבישע לענדער מאַכן ניט קיין סוד זײער ציל; נאָך דעם, װי די „יונעסקאָ‟־אָרגאַניזאַציע האָט באַשלאָסן, אַז מערת־המכפּלה איז ניט קײן חלק פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער ירושה, װערט גאַנץ קלאָר, אַז די ייִדן האָבן אױך ניט קײן שום שײַכות צו אַבֿרהם־אָבֿינו, יצחק און יעקבֿ, נאָר דאָס האָבן די „ייִדן־גנבֿים‟ צוגעלקחנט בײַ די „אָרעמע אַראַבער‟ דרײַ זײערע אָבֿות: איבראַהים, איסכאַק און יאַקוב. אָט אַזאַ אײנפֿאַכע „װיסנשאַפֿטלעכע טעאָריע‟… נאָך אַזעלכע ממזרישע שטיקלעך װעל איך זיך בכלל ניט חידושן, אױב „יונעסקאָ‟ װעט באַשטימען, אַז די ייִדן האָבן צוגעגנבֿעט בײַ די מוסולמענער דעם „קאָראַן‟, װײַל װאָס נאָך פֿאַר חטאָים קען מען צושרײַבן די ייִדן — דאָס בלוט פֿון די פּאַלעסטינער קינדער צאַפּן זײ עמערװײַז, און די „בראַװע איזיל־קעמפֿער‟ פֿאַרטיליקן זײ שטילערהײט, נאָר װי אַ טשיריק אױפֿן הינטן.
מילא, די פֿאַטנאַזיע פֿון די שׂונאי־ישׂראל האָט ניט קײן גרענעץ, אָבער, אױב עמעצער פֿון די ניט־ניכטערע „יונעסקאָ‟־פּראָפּאַגאַנדיסטן קוקט אַ מאָל אַרײַן אין „פֿאָרװערטס‟, װיל איך זײ אונטערזאָגן אַ „תּירוץ מיט אַ באָרד‟, אַ דאַנק װעלכן מ׳האָט אין יאָר 1504 אַרױסגעשמיסן די ייִדישע קהילה פֿון דער זאַקסישער שטאָט צװיקױ און, ס׳פֿאַרשטײט זיך, קאָנפֿיסקירט זײער האָב־און־גוטס. אין יענע צײַטן איז אין דער שטאָט צװיקױ געװען אַ שײנע גאַס, װאָס האָט געהײסן „ייִדישע גאַס‟, און אױף דער־אָ גאַס האָבן געװױנט נאָר ייִדן, און ניט סתּם ייִדן; נאָר ייִדן, װעלכע האָבן געהאַט די אַזױ גערופֿענע שטאָט־בירגערשאַפֿט. אין מיטן דער גאַס איז געװען אַ גרױסע, שײנע שיל. אין אײנעם „אַ שײנעם טאָג‟ איז די שטײנערנע שיל פֿאַרברענט געװאָרן, און מיט איר צוזאַמען נאָך אַ פּאָר ייִדישע הײַזער. מע האָט גלײַך גערופֿן אַ זיצונג פֿונעם שטאָטראַט, אַ מין פּראָטאָטיפּ פֿון הײַנטיקן „יונעסקאָ‟ און מע האָט באַשלאָסן:
נו, „יונעסקאָ‟־קנאַקערס, װאָס זאָגט איר אױף אַזאַ פֿאָרשלאָג? אַ מחיה, יאָ?… סטײַטש, גיט בײַ מיר עפּעס אַ טיאָכקע אין האַרצן, סטײַטש, ניט אַלע מענטשן זײַנען דאָך פֿאַרטשאַדעט… װער װעט גלײבן אין אַזאַ מין „ליגן־און־שיקרות‟? הע, ענטפֿערט מיר דער „יונעסקאָ‟־פּערסאָנאַזש, אױך אין צװיקױ זײַנען דאָך פֿאַרברענט געװאָרן נאָר די ייִדישע הײַזער, קײן אײן קריסטלעכע שטוב האָט דאָך ניט געליטן פֿון יענער שׂריפֿה… די שטאָט שטײט אױפֿן אָרט ביזן הײַנטיקן טאָג און װוּ זײַנען אירע ייִדן?… אַך, צי װעלן מיר, ייִדן, דערלעבן ביז יענע צײַטן, ביז יענעם רעגנדיקן מרחשװן, װען דאָס װאָרט „מר‟ — ביטער, װעלן מיר קענען פֿאַרטײַטשן װי „מר‟ — אדון?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.