קאַסאַבלאַנקאַ. — רייזל ראַסקינס ביוראָ זעט אויס ממש ווי אַ פֿאַרשידנאַרטיקער מוזיי פֿון דער מאַראָקאַנער ייִדישער קולטור־ירושה. אויפֿן טיש — אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַן אַלטן ייִדישן זומער־לאַגער; אויף דער וואַנט — אַ פֿאָטאָ פֿון אַ רבֿ, וואָס טרעפֿט זיך מיט הויכע באַאַמטע פֿון דער מאַראָקאַנער רעגירונג, און אויף דער ביכער־פּאָליצע — חסידישע ספֿרים איבערגעזעצט אויף אַראַביש.
פֿון דעסטוועגן, זעט דער בנין אויס פֿאַרלאָזט און אָפּגעלאָזן. אַמאָל האָבן דאָ זיך געלערנט הונדערטער ייִדישע קינדער, אָבער הײַנט איז עס ליידיק, און שטויב זאַמלט זיך אָן אויף די טישלעך אין די קלאַסצימערן, און אויף די נישט־געניצטע ספּאָרט־מכשירים. אַפֿילו דער פּאָרטרעט פֿונעם רבין מנחם־מענדל שניאורסאָן שיילט זיך אָפּ פֿון דער וואַנט.
דער 65־יאָריקער חב״ד־צווײַג אין מאַראָקאָ איז דער עלטסטער אויף דער וועלט, און איז איינער פֿון בלויז צוויי צווײַגן אין די אַראַבישע לענדער; דער צווייטער איז אין טוניס. דער סאַמע ערשטער חב״ד־משולח איז אָנגעקומען אין 1950, יאָרן איידער ס׳איז געוואָרן אַ גלאָבאַלע באַוועגונג צו באַזעצן חב״ד־רבנים און זייערע פֿרויען איבער דער וועלט. אין 1960 האָט ראַסקין זיך אַריבערגעצויגן אַהער פֿון פֿראַנקרײַך מיט איר מאַן, יהודה.
אין די ערשטע יאָרן פֿון חב״ד דאָ, האָבן אין מאַראָקאָ געוווינט 250,000 ייִדן, און חב״ד האָט געלערנט 5,000 קינדער אין די חבֿ״ד־שולן. אָבער נאָכן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל אין 1948, און בפֿרט נאָך מאַראָקאָס אומאָפּהענגיקייט פֿון פֿראַנקרײַך אין 1956, האָבן ס׳רובֿ פֿון די ייִדן עמיגרירט.
הײַנט פֿירט דער חב״ד אָן מיט קלאַסן, סוף־וואָך פּראָגראַמען און אַ זומער־לאַגער פֿאַר די 2,500 ייִדן, וואָס וווינען נאָך דאָ. חב״ד איז געבליבן אָפֿן דורך בלײַבן „אין שאָטן‟ און דורך אויפֿהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט דער רעגירונג. ווי אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס אין מאַראָקאָ, פֿירט דער חב״ד דורך זײַנע אַקטיוויטעטן הינטער פֿאַרמאַכטע טירן. זײַן הויפּט־בנין אין קאַסאַבלאַנקע האָט נישט קיין שילד, און כּדי צוצוקומען צום צווייטן בנין, דאַרף מען גיין אויף אַ שלענגלדיקער סטעזשקע ווײַט פֿון דער גאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.