מיט אַ יאָר צוריק זײַנען די טראַגישע געשעענישן מיט אַעראָפּלאַנען געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט מאַלײַזיע — מיט דער דאָרטיקער אַוויאַ־קאָמפּאַניע. דעם 8טן מאַרץ 2014 איז פֿאַרשוווּנדן דער אַעראָפּלאַן אויפֿן מאַרשרוט MH370, און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט עס אַ רעטעניש, וווּהין און פֿאַר וואָס ער איז נעלם געוואָרן. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט מען געפֿונען ברעקלעך, וואָס זײַנען, אַ פּנים, פֿון דעם דאָזיקן אַעראָפּלאַן; אָבער אויסגעקלאָרט האָט עס זייער ווייניק. די איינציקע זאַך, וואָס מע קען זײַן זיכער איז, אַז אַלע מענטשן זײַנען אומגעקומען.
אין יולי פֿונעם זעלבן יאָר האָט זיך טראַגיש פֿאַרענדיקט דאָס לעבן פֿון אַלע לײַט, וואָס זײַנען געווען אויף אַן אַנדערן מאַרשרוט, MH17, פֿון דער זעלביקער מאַלײַזישער קאָמפּאַניע. דאָס מאָל איז עס געשען אין דעם הימל פֿון אוקראַיִנע, וווּ פּונקט דעמאָלט איז אין סאַמע ברען געווען די מלחמה צווישן דער מלוכישער אַרמיי און די סעפּאַראַטיסטישע מחנות, אין אַ היפּשער מאָס, אָנגעקומענע פֿון רוסלאַנד. ביזן הײַנטיקן טאָג זײַנען דאָ צוויי „אמתן‟ פֿון אָט דער טראַגעדיע: דער רוסישער אמת — אַז דאָס איז די שולד פֿונעם אוקראַיִנישן צד, און דער אוקראַיִנישער אמת — אַז אָפּגעטאָן האָבן עס דווקא די סעפּאַראַטיסטן, צוזאַמען מיט זייערע רוסישע בעלפֿערס.
און איצט וואַרט די גאַנצע וועלט, מיט וואָס וועט זיך פֿאַרענדיקן די אויספֿאָרשונג פֿון אַ פֿרישער טראַגעדיע, דעם 31סטן אָקטאָבער. אין יענעם טאָג איז עס געשען מיט אַ רוסישן אַעראָפּלאַן, וואָס איז געווען אויפֿן וועג פֿון שאַרם על־שייך, דעם קוראָרט אין מצרים בײַם רויטן ים, קיין פּעטערבורג. ווי אין די פֿריִערדיקע צוויי פֿאַלן, איז קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן און דעם עקיפּאַזש ניט פֿאַרבליבן לעבן. אַזוי אַז קיינער קען ניט דערציילן, וואָס די 224 לײַט האָבן איבערגעלעבט אין יענע שרעקלעכע, לעצטע אין זייער לעבן, רגעס.
תּחילת האָט סײַ רוסלאַנד און סײַ מצרים בשום־אופֿן ניט געוואָלט רעדן וועגן אַ טעראָריסטישן אַקט. פֿאַר ביידע צדדים איז עס אַ האַרבע פּראָבלעם. סוף־כּל־סוף, אָבער, האָבן זיי געמוזט אָנערקענען, אַז אַזאַ ווערסיע איז הײַנט די סאַמע לאָגישע. אמת, הערן מיר ניט ביזן הײַנטיקן טאָג, צי די קאָמיסיע האָט געפֿונען אויף די רעשטלעך פֿונעם אַעראָפּלאַן קלאָרע סימנים פֿון אַן אויפֿרײַס. און דאָס איז מאָדנע. לויטן שׂכל־הישר וואָלט מען עס געדאַרפֿט זוכן אין דער ערשטער ריי. צוריק גערעדט, איך בין ניט קיין מומחה אין אַזעלכע זאַכן.
ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס דעם עגיפּטישן פּרעזידענט סיסי און די לײַט אַרום אים לוינט ניט צו האָבן אַזאַ טעראָריסטישן אַקט. ערשטנס, ווײַזט עס, אַז דער איצטיקער רעזשים קען ניט גאַראַנטירן סטאַבילקייט אין לאַנד. צווייטנס, איז עס אַ געוואַלדיקער קלאַפּ פֿאַר דער עקאָנאָמיע, וועלכע איז נאָך ניט געקומען צו זיך נאָך די געשעענישן פֿון יאָר 2011, ווען עס איז אַראָפּגעוואָרפֿן געוואָרן דער רעזשים פֿון כאָסני מובאַראַק. שוין הײַנט פֿאַרלירט מצרים יעדן טאָג מיליאָנען דאָלאַרן צוליב פֿאַרלירן די רוסישע, בריטישע און אַנדערע טוריסטן.
דער טוריסטישער סעקטאָר פֿון עקאָנאָמיע האָדעוועט בערך דרײַ מיליאָן מיצרים. הײַנט איז ניט קלאָר, ווען די טוריסטן וועלן זיך אומקערן אין שאַרם על־שייך. פּעסימיסטן טענהן, אַז דאָס אָרט קען בכלל אָפּשטאַרבן, בפֿרט אָן די מיליאָנען רוסן, וועלכע האָבן עס אַזוי ליב געהאַט צוליב די נידעריקע פּרײַזן, אַן אַנטוויקלטער אינפֿראַסטרוקטור, און אַ גוטן קלימאַט. שוין אָפּגערעדט, אַז אַהין האָט מען געקענט פֿאָרן אויך ווינטער־צײַט.
פֿאַר רוסלאַנד איז אויך שווער אַרײַנצושלינגען די בשׂורה, אַז דער אַעראָפּלאַן איז אַראָפּגעפֿאַלן צוליב אַ טעראָריסטישן אַקט. עס באַקומט זיך דאָך — יעדנפֿאַלס וועט מען וועגן דעם רעדן, און מע רעדט שוין — אַז די טעראָריסטן האָבן בכּיוון אויסגעקליבן דווקא אַ רוסישן אַעראָפּלאַן; און געטאָן האָבן זיי עס (לויט דער זעלבער לאָגיק), ווײַל פּוטין האָט באַשלאָסן זיך מיליטעריש אַרײַנגעמישן אינעם בירגערקריג אין סיריע. מיט אַנדערע ווערטער, האָבן די רוסן טײַער באַצאָלט פֿאַר אָט דעם באַשלוס פֿון זייער פּרעזידענט — קודם־כּל, זײַנען אומגעקומען מענטשן. דערצו ווערט רויִנירט די טוריסטישע אינדוסטריע, וועלכן ליגט שוין אַזוי אויך טיף אין דר’ערד צוליב די רוסישע קערבלעך, וועלכע זײַנען געוואָרן ביליק, און ווי אַ פּועל־יוצא איז די צאָל רוסן, וועלכע קענען פֿאָרן אין אויסלאַנד, היפּש קלענער געוואָרן.
מיר איז שווער צו זאָגן, ווי עס פֿירט זיך אויף די מעדיאַ אין מצרים, וואָס זי שרײַבט און זאָגט. אָבער איך קען זען, הערן און לייענען די רעאַקציע פֿון דער רוסישער מעדיאַ. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זי איז מטושטש, וואָס שפּיגלט אָפּ אויך די רעאַקציע פֿון דער רעגירונג. אַזאַ קער פֿון די געשעענישן האָט מען, בלי־ספֿק, ניט דערוואַרט. מע טראַכט, וואָס פֿאַר אַ „קלוגן טײַטש‟ אונטערצוטראָגן דעם המון? דערצו ווײַזט דאָס אַלץ אויך די שוואַכקייט פֿון דער רוסישער אויסשפּיר־דינסט: די פֿאַקטן וועגן דעם טעראָריסטישן אַקט האָבן דאָך דערווײַל אַנטפּלעקט די געהעריקע אַגענצן פֿון אַמעריקע און גרויס־בריטאַניע.
פּונקט אין דער צײַט, ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות, האָט זיך פֿון מאָסקווע דערטראָגן אַזאַ נײַעס: דאָרטן האָט מען אָפֿיציעל אַ לויב געטאָן די אייגענע אויסשפּירער פֿאַר פֿירן זייער אַרבעט שטיל, אָן דעם אַמעריקאַנישן צי בריטישן טאַראַראַם. מע פֿאַרשטייט ניט, אַ פּנים, אַז מיט אָט דער דערקלערונג האָט מען זיך אַרויסגעשטעלט אויף לײַטיש געלעכטער. עס מאַכט זיך אָפֿט אַזוי: אַ טראַגעדיע האָט אויך עלעמענטן פֿון אַ קאָמעדיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.