מיטוואָך, דעם 11טן נאָוועמבער, האָט די אייראָפּעיִשע קאָמיסיע אין בריסל אָנגענומען די כּללים, לויט וועלכע די ישׂראלדיקע פּראָדוקציע פֿון די שטחים אויפֿן מערבֿ־ברעג וועט טראָגן ספּעציעלע סימנים. אויב די מיטגליד־לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד ווילן פֿאַרקויפֿן די דאָזיקע פּראָדוקטן, וועלן זיי מוזן וואָרענען די קונים, אַז זיי זענען געמאַכט אָדער אײַנגעפּאַקט געוואָרן אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס, אַרײַנגערעכנט דעם מערבֿ־ברעג, מיזרח־ירושלים און די גולן־בערג.
אַ הויך־ראַנגיקער אייראָפּעיִשער דיפּלאָמאַט האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז אויב געוויסע לענדער, וואָס זענען אַ טייל פֿונעם פֿאַרבאַנד, וועלן נישט פֿאָלגן די נײַע כּללים, וועט מען אויף זיי נישט אַרויפֿלייגן קיין סאַנקציעס. דעם האַנדל מיט ישׂראל וועט מען אויך נישט באַגרענעצן. מע וועט אָבער געבן די קונים צו וויסן, אַז די סחורה האָט אַ שײַכות צו דער אָקופּאַציע.
דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום האָט פֿאַרדאַמט דעם באַשלוס פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און געטענהט, אַז די נײַע כּללים זענען אַ פֿאָרעם פֿון פּאָליטישער דיסקרימינאַציע און זענען אינספּירירט געוואָרן פֿון דער אַנטי־ישׂראלדיקער בויקאָט־באַוועגונג. אין דער איצטיקער צײַט, ווען ישׂראל לײַדט פֿון אַן אַנדער כוואַליע פֿון טעראָריזם, האָט צוגעגעבן דער מיניסטעריום, איז אַזאַ אַקציע באַזונדערס שעדלעך און דערצו נאָך אומבאַרעכטיקט, ווײַל אַחוץ די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים זענען אין דער וועלט פֿאַראַן איבער 200 פֿאַרשיידענע טעריטאָריעלע סיכסוכים, אַפֿילו אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד גופֿא אָדער אין די אַרומיקע לענדער.
דער אויסערן־מיניסטעריום האָט אויך געטענהט, אַז די נײַע האַנדל־כּללים קאָנען ברענגען אַ היזק צו די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע וויל נישט פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל אויף אַ דירעקטן אופֿן, און די ספּעציעלע צייכנס אויף די פּראָדוקטן וועלן שטיצן אַזאַ אויפֿפֿירונג. דער מיניסטעריום האָט געוואָרנט, אַז דער באַשלוס קאָן אויך שאַטן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, וועלכער איז אָפֿיציעל געשטימט קעגן דער בויקאָט־באַוועגונג, אָבער למעשׂה שטיצט עס דורך אַזעלכע האַנדל־רעגולאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.