אין דער שטאָט ראָזאַריאָ, 300 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, איז צװישן פֿרײַטיק, דעם 6טן און זונטיק, דעם 8טן נאָװעמבער, פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, אָרגאַניזירט פֿון דעם „װילנער ייִדיש־צענטער‟ בײַם „ייִדישן װעלט־קאָנגרעס‟. עס האָבן זיך באַטייליקט אַ 130 מענטשן. דער דירעקטאָר פֿון „ייִװאָ‟ האָט געהאַלטן לעקציעס װעגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, ייִדישע װערטער און זייער געשיכטע, און אַרײַנגעפֿירט די טעמע „100 יאָר נאָך שלום־עליכמס טויט‟, װאָס די ייִדיש־װעלט װעט דערמאָנען איבעראַיאָר. די זינגערין מרים נאָװאַ האָט געזונגען לידער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, טעאַטער־לידער און חסידישע ניגונים מיט דערקלערונגען און געשיכטעס פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים, װאָס האָבן באַרײַכערט דעם קאָנצערט.
זונטיק, פֿאַר נאַכט איז אין דער שטאָט פֿאָרגעקומען דער יאַריד פֿון די מינדערהייטן אין דעם טאָג פֿון אימיגראַנט. טויזנטער מענטשן האָבן זיך באַטייליקט און פֿאַרזוכט מאכלים, באַזוכט ספּעציעלע אויסשטעלונגען און זיך באַטייליקט אויף לעקציעס און קאָנצערטן. די קהילה אין ראָזאַריאָ האָט פּרעזענטירט די אויסשטעלונג „די געשיכטע פֿון אַלף־בית‟ און דער סעמינאַר איז געשלאָסן געװאָרן מיט אַ לעקציע „שלום־עליכמס ציוניסטישע שריפֿטן‟, און אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע, לאַדינאָ און העברעיִשע לידער. הונדערטער ייִדן און נישט־ייִדן האָבן גענאָסן פֿון ייִדישן װאָרט און ליד, און פֿון די ספּעציעל צוגעגרייטע טענץ, װאָס תּלמידים פֿון דער ביאַליק־שול האָבן פּרעזענטירט.
מאָנטיק, דעם 9טן איז דערעפֿנט געװאָרן אין דעם זאַל פֿון דער קהילה די אויסשטעלונג „געשיכטע פֿון ראָזאַריער ייִשובֿ‟, צוגעגרייט פֿון דער ביבליאָטעק פֿון נאַציאָנאַלן קאָנגרעס און אַרגענטינער „ייִװאָ‟, װאָס האָבן במשך דעם יאָר דיגיטאַליזירט די אַרכיװן פֿון דער ראָזאַריער קהילה. די סענאַטאָרן קאַרעראַס דירעקטאָרין פֿון דער ביבליאָטעק און פֿאָרשטייער פֿון דער קהילה און „ייִװאָ‟ האָבן גערעדט װעגן דער אַרבעט, װאָס איז דורכגעפֿירט געװאָרן און װאָס איז דער אָנהייב פֿאַר דער גרינדונג פֿון דעם קהילה־מוזיי און דער ייִדישער אימיגראַציע אין דער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע, װוּ מאָזעסװיל איז די באַקאַנטסטע ייִדישע קאָלאָניע.
דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „דאַיאַ‟, כאָרכע קנאָבליװיטש, האָט זיך מאָנטיק, דעם 9טן נאָװעמבער באַטייליקט אין דער צערעמאָניע פֿון פֿאַרטיילן פּרעמיעס די מיטגלידער פֿון דער נאַציאָנאַלער פּאָליציי, װאָס האָבן זיך אויסגעצייכנט אין זייער אַרבעט. דאָס איז פֿאָרגעקומען בעת די פֿײַערונגען אין דער װאָך פֿון דער פֿעדעראַלער פּאָליציי. ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן אָנפֿירער פֿון דער פּאָליציי, קאָמיסאַר ראָמאַן די סאַנטאָ, מיט װעלכן ער האָט אַרומגערעדט די אָנגעװענדטע מיטלען צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע, און די געמיינזאַמע טעטיקייטן פֿאַר דער זיכערקייט פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ און די ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַרגענטינע.
דעם 9טן נאָװעמבער איז, אין דער קירכע פֿון דער „הייליקער עוקאַריסטיע‟ פֿון דער געגנט פּאַלערמאָ, דערמאָנט געװאָרן די „קרישטאָלנאַכט‟ פֿון 1938. צום ערשטן מאָל האָט מען געניצט דעם אויסדרוק „פּאָגראָמנאַכט‟. עס האָבן זיך באַטייליקט אויף דער דערמאָנונג־צערעמאָניע פֿאָרשטייערס פֿון דער קאַטוילישער קירכע, פּראָטעסטאַנטע פּאַסטעכער און קאָנסערװאַטיװע רבנים, װאָס האָבן דערמאָנט די שוידערלעכע עפּיזאָדן, װאָס האָבן אַרײַנגעפֿירט צום חורבן. דער כאָר פֿון דער „העבראַיִקאַ‟ האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט צוגעפּאַסטע ליטורגישע, ייִדישע און העברעיִשע לידער.
אויך אין אַרגענטינע האָבן די קהילה און די „דאַיאַ‟ רעאַגירט קעגן דעם נעאָנאַצישן פּאַראַד, װאָס װערט דורכגעפֿירט אין דער דײַטשישער שטאָט דרעזדען דעם 9טן נאָװעמבער, װען זיי פֿרייען זיך מיט די „דערגרייכונגען‟ פֿון דער שוידערלעכער נאַכט. אויך אין דײַטשלאַנד איז צוגעשטעלט געװאָרן אַ בקשה אונטערגעשריבן פֿון אַ 24000 מענטשן, וווּ מען בעט נישט צו דערלויבן דעם מאַרש.
דינסטיק דעם 10טן נאָװעמבער איז אין דעם ציקל „ספֿרד‟, װאָס קומט פֿאָר אין דער „נײַער ייִדישער געמיינדע עמנואל‟, אויפֿגענומען געװאָרן אַסומפּסיאָן האָסטאַ רעבעס, דירעקטאָרין פֿון דעם פּראָיעקט אָפּצוראַטעװען די ייִדישע ירושה אין שפּאַניע. זי גיט זיך אָפּ מיטן אָפּזוכן און רעסטאַוורירן די פּלעצער, װאָס דערמאָנען דאָס ייִדישע לעבן אין די שפּאַנישע שטעטלעך פֿאַרן און נאָכן גירוש. מיט בילדער און פֿילמען האָט זי געװיזן די אַרבעט, װאָס װער געטאָן מיט דער שטיצע פֿון דער שפּאַנישער רעגירונג, און געװיזן ביז גאָר אינטערעסאַנטע פֿאָרשונגען, װאָס האָבן אויפֿגעדעקט פֿאַרבאָרגענע סודות במשך 500 יאָר.
דינסטיק, דעם 10טן נאָװעמבער איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דער „ייִדישער קאָנגרעגאַציע‟ נאָרבערטאָ װאָלמאַנס בוך װעגן „אַנאַ געלבערמאַן אין אוישװיץ־בירקענאַו‟. די זשורנאַליסטין מאַרטאַ װאָלף און די פֿאָרשערין גראַסיעלאַ ראָטמאַן האָבן גערעדט װעגן די דערפֿאַרונגען פֿון דער פֿרוי, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.