די סבֿיבֿה קעגן דער נאַטור

Nature vs Nurture

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 13, 2015, issue of December 11, 2015.

כ’ווייס נישט ווי איר ספּראַוועט זיך מיט אַ דילעמע, נאָר מיך לאָזט עס נישט רוען, ווען איך זע דעם אויפֿגעריסענעם רוסישן עראָפּלאַן אין סיני־מידבר; עס ווערט מיר שווער אויפֿן האַרצן. צוויי הונדערט און פֿיר און צוואַנציק אומשולדיקע קרבנות פֿון רציחה און אַכזריות, אין אַ וועלט וואָס זינקט אין האַס… און צוליב וואָס?…

יעדער איינער פֿון די רוצחים טראָגט זיך אַרום מיט זײַן באַרג כּוונות ווי צו קעפּן, ווי צו הרגענען, צי דאָס האָט צו טאָן מיט עקאָנאָמישע סיבות, צי גלייביקע אין די שריפֿטן פֿון זייערע הײליקע ביכער, צי פֿאַרקריפּלטע אידעאָלאָגיעס… דערווײַל מערן זיך דעספּאָטן, טיראַנען, אָרגאַניזירטע טעראָריסטן, וואָס קומען נישט אויס צווישן זיך, שוין אָפּגערעדט, מיט דער ציוויליזירטער וועלט. און כאָטש זיי גלייבן אין זעלביקן גאָט, אָבער נישט אין די זעלבע גאָטס־פֿאַרטרעטער, שעכט מען זיך אויס. צו ביסלעך, געוווינען מיר זיך צו צו דער לאַגע פֿון טעגלעכן מאַסן־מאָרד.

אָבער נישט אין דעם גייט עס, עס גייט מיר אין דעם, וואָס ס’דאָקוטשעט מיך דער געדאַנק, ווען עס קומט צום רוסישן עראָפּלאַן וואָס איז נישט לאַנג צוריק אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל.

דאָס רוסישע פֿאָלק איז אַלעמאָל געווען און פֿאַרבליבן אַן אומגליקלעך פֿאָלק אונטער יעדן רעזשים. זייער עקזיסטענץ איז פֿאַרבליבן אַ טראַגישע, אַ פֿאַרשלאָסענע, וווּ אַלע האָבן שטים־רעכט צו וויילן פֿאַר איין זעלבסט־באַשטימטן קאַנדידאַט, פֿאַר איין פּאַרטיי און פֿאַר איין צוגעשניטענע אידעאָלגיע.

דאָס לאַנד גופֿא איז תּמיד אויסגעשטעלט געווען פֿון אייגענער קאָרומפּירטער, ברוטאַלער ממשלה ביזן הײַנטיקן טאָג. אַמאָל איז עס געווען פֿון די אַמאָליקע „ען־קאַ־וועדיסטן‟, הײַנט האָט מען צו טאָן מיט דער זעלבער יענטע, נאָר אַנדערש געשלײַערט. אונטער דער וווּאַלקע לויערט דער „קאַ־גע־בע‟. אויב מ’וויל עמעצן אָפּרוימען פֿון וועג — סײַ בײַ זיך און סײַ אין אַנדערע לענדער, טוט מען עס לויט אָנווײַזונגען.

הייסט עס, אַז קיינער שטייט נישט אין וועג בײַ פּוטין, מ’ציטערט און מ’פֿלאַטערט פֿאַר אים, נישט וויכטיק, צי ער איז אַנטבלויזט רײַטנדיק אויף אַ פֿערד, צי אָנגעטאָן אין זײַן העמד, ווי אַ דזשענטלמען אין דער „יו־ען‟ — אַלץ איינס, אונטער דעם אָנשטעל זײַנעם לויערט אַ זלידנע פֿאַרקרימעניש פֿון אַ מענטשן. ער וויל אויפֿבויען אויף ס‘נײַ די אַמאָליקע צאַרישע אימפּעריע און פּראָקלאַמירן זיך ווי קעניג־מלך־קיסר.

שטעלט אײַך פֿאָר, אויב ענגלאַנד וואָלט זיך פֿאַרגלוסט צוריק צו נעמען אַלע אירע אַמאָליקע קאָלאָניעס איבער דער וועלט; צי פֿראַנקרײַך, צי שפּאַניע, וואָלט זיך דאָ געטאָן אויף טיש און אויף בענק און ס’איבעריקע אויף די שענק.

הײַנט צו טאָג איז פּוטין אַ גאַנצע שמעלקע מיט איראַן און סיריע, עס גריבלט זיך אין אים דער דורשט נאָכן מיטעלן מיזרח, זוכט מען אַ תּירוץ פֿאַר די בענטש־ליכט, אַרײַנצומאַרשירן, וווּ די זון ברענט מיט אַ העליש פֿײַער אין די מידבריות.

איז ווי עס פֿירט זיך לויט דער רוסישער „טראַדיציע‟, מוז מען קודם „באַפֿרײַען‟, ווי זיי האָבן עס געטאָן אין אונגאַרן, טשעכיע, פּוילן, אוקראַיִנע, די באַלטישע לענדער… און אומעטום גענאָסן פֿון זייערע נאַטירלעכע רעסורסן. דאָס מאָל האָט זיך דערוועקט בײַם רוסישן אימפּעראַטאָר אַן אַפּעטיט צו באַפֿרײַען די לענדער פֿון די נאַפֿט־ראַפֿינעריע, אַ טײַערער ביסן. זײַן אייגן פֿאָלק הונגערט און לעבט אין דחקות, אָבער בײַ אים קומט דער אַפּעטיט אין מיטן עסן. איז כּל־זמן מ’ברעכט זיך דעם קאָפּ מיט דעם רוסישן עראָפּלאַן, האַלט איך אין איין טראַכטן פֿון פּוטינס אײַנפֿאַלן, ווי אַזוי אַרײַנצוקריגן זיך אַהין, וווּ ס’ברענט אַ העליש פֿײַער פֿון אומקום, רדיפֿה און גירוש פֿון פּליטים; אַהין, וווּ די וועלט האָט אַן עק.

דווקא אַהין ציט דעם קליינעם רוסישן פֿאַצעט; ער ברעכט זיך דעם קאָפּ, ווי קריגט מען זיך אָפֿיציעל אַרײַן אַהין? אַ באָמבע איז אַ רעטונג, צי ס’האָט צו טאָן מיט דעם שלל איזדיעקעוועטע טעראָר־הונגעריקע טאָיאָטאַ־טרײַבנדיקע אַלאַס רעקרוטן פֿון זיבעטן יאָרהונדערט, וואָס זײַנען על־פּי־טעות אַרײַנגעפֿאַלן אין 21סטן יאָרהונדערט, און לויפֿן אַרום איבער די מידבר־לענדער, ווי פֿאַרסמטע מײַז, מיט שוואַרצע פֿענער, גרייט צו אַטאַקירן יעדן, ווער ס’שטייט זיי אין וועג.

וואָס זשע איז געבליבן? געבליבן איז דער געדאַנק, אַז ס’איז נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. ס’זעט אויס, אַז עס קעמפֿן אין אונדז צווייערלײַ אימפּולסן, (Nature vs Nurture) „די נאַטור קעגן דער סבֿיבֿה‟; און איך וואָלט נאָך צוגעגעבן, אויב די סבֿיבֿה איז פֿאַרסמט, ווערט די נאַטור אויך פֿאַרסמט, כאָטש עס שווימען צומאָל אויף בײַ אונדז גוטע אימפּולסן, וואָס פֿילן זיך פֿאַרלוירן.

איז לאָמיר לעבן מיט בטחון, אַ ברירה האָבן מיר?